מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום גרויס שבת קודש, שבת סיום סדר מעוד על סדר הש"ס, שבת קודש פרשת ויקרא, ט' אדר ב' הבעל"ט, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם פראכטפולן מלכות'דיגן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט.
 
ווי די עסקנים געבן איבער, פילטן זיך די רעזערוואציעס אן מער און מער מיט יעדן דורכגייענדן טאג, און מען וויל נישט זיין קיין צועק לשעבר, מוז מען שוין באשטעלן א צימער, ווייל ווי זאכן גייען יעצט וועלן זיך אלע צימערן שוין זיין אנגעפילט גאר שנעל, און עס וועט נישט מעגליך זיין צוצושטעלן א צימער אפילו מיטן בעסטן ווילן.
 
דער האטעל אין סטמעפארד קאנעטיקוט וואס איז ביז יעצט געווען באקאנט מיטן נאמען "קראון פלאזא" און האט לעצטענס געטוישט דעם נאמען צו "ארמון האטעל", ווערט צוגעגרייט דורך די פלייסיגע עסקנים מיט אלעם גוטן לכבוד שבת קודש, מען גרייט צו די רייכע מעניוס פאר אלע סעודות פון ערב שבת, שבת קודש, און מוצאי שבת קודש, די ספרים און סידורים פארן שבת קודש ווערן שוין געדרוקט, אזוי אויך גרייט מען זיך שוין פעסט צום הערליכן פראגראם וואס וועט מיטן אייבערשטנס הילף אנפילן אלע באטייליגטע מיט גאר געשמאקע רוחניות'ידע און גשמיות'דיגע הנאה אויף די גאנצע צייט, און וועט באגלייטן אלעמען אהיים ווען מען וועט מיטנעמען מיט זיך פילע באגאזשן מיט עצות און שכל פון ראש ישיבה אויף א גאנץ יאר.
 
רעדנדיג מיט איינע פון אנשי שלומינו פארציילט ער אז האט געפרעגט א חבר אויב ער קומט צום שבת התוועדות, און הערנדיג ווי ער קווענקלט צוליב וואס עס קאסט געלט זאגט ער אים, "איך מאך מיט דיר א געשעפט, איך וועל אינוועסטן דאס געלט וואס עס קאסט דיר דער שבת, בתנאי אז האלב פון די רווחים וואס דו נעמסט ארויס פון דעם שבת פאר דיר און דיין משפחה, באקום איך...". ארויסברענגענדיג דערמיט, אז דער שבת התוועדות מיטן ראש ישיבה שליט"א איז אפילו בגשמיות דער בעסטער אינוועסטמענט, וואס צאלט זיך אויס טויזענט מאל, און איז בכלל נישט קיין "הוצאה", נאר א גאר גוטע "אינוועסטמעט" פון וואס מען וועט ארויסנעמען פירות ברוחניות ובגשמיות פי כמה וויפיל מען לייגט אריין.
 
נאך געציילטע צימערן פארבליבן, כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, רופט 347-415-2888 צו רעזערווירן.
 
מעין עולם הבא יום שבת מנוחה
 
📖 פורים אין ברסלב סענטער