די ווייסעכל פונעם איי
כא סיון תשפ"ה 📝
שאלה: וויאזוי ווערט אייער פארהארטעוועט און ווייס נאכ'ן קאכן?
אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע - וואס עס קען זיין אסאך האבן זיך שוין געוואונדערט, וויאזוי ווערט אן איי גענצליך איבערגעטוישט, סיי אין סטרוקטור און סיי אין קאליר נאכ'ן ווערן אפגעקאכט.
די איי ווייסל באשטייט בעיקר פון וואסער און פון א געוויסע פראטין וואס הייסט אלבומען. ווען די איי איז רוי זענען שטייען די פראטין שטיקלעך יעדער פאר זיך, אויף א אזא וועג אז עס לאזט דורך ליכטיגקייט (וואס אזא צושטאנד רופט מען "דורכזיכטיג"), נאכדעם וואס עס ווערט אנגעהיצט, עפענען זיך די פראטין מאלעקיולן אויף און זיי שטעלן זיך צוזאם, כאפן זיך אן פעסט, וואס דאס איז גורם אז די ליכטיגקייט קען מער נישט דורכגיין, און מען זעט דעם ווייסן קאליר, אזוי אויך ווערט עס שטייף און הארט און לאזט זיך מער נישט רינען.
ווען א מענטש גייט דורך א צרה, איז עס נישט "פערצופאל" עס איז אז דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג, עס איז א שאד צו באשולדיגן דיין טאטע, דיין מאמע, דיין ווייב אדער מאן אין אלע דיינע צרות. ווייל עס איז נישט זיי. עס איז דא איינער דער באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט, וואס האלט די גאנצע וועלט, און יעדע דומם צומח חי אדער מדבר איז איין שטיק אלקות, עס איז גארנישט דא אויסער אים, ער שטייט אונטער אלעם, און די "היץ" וואס דו גייסט דורך איז נאר דיר בעסער צו מאכן.
יעצט ביסטו ליידיג, דו פארגעסט ווער עס האט דיר באשאפן, דו פארגעסט פארוואס דו ביסט דא אויף דער וועלט, דער באשעפער קאכט דיר אביסל אויף, זאלס ווערן אויסגעלייטערט, ווייס און ריין, זאלסט באקומען שטארקייט. אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה. דריי דיך אויס און קוק ווער עס קלאפט דיר אויפן רוקן וועסטו זען אז עס איז דיין בעסטער חבר, וועסטו אויפהערן צו זיין ברוגז אויף די גאנצע וועלט. עס איז דער אויבערשטער וואס וויל זען וואס דו גייסט טון, און צו וועם דו וועסט אנטלויפן ווען דו האסט א צרה.
עס איז נישטא וואו צו לויפן ווען מען גייט דורך שוועריקייטן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן, און נאר ער וויל דיר העלפן, און אויב דו אנטלויפסט צו אים ביסטו א געהאלפענער.
צום הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע איז אמאל אריינגעלאפן א פאר'צרה'טער איד מיט בכיות נוראות, דער איז האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גהנום אין אוישוויץ, איבערגעלאזט על קידוש השם א גאנצע משפחה, א ווייב מיט קינדער, און נאך די מלחמה האט ער ווידער אויפגעשטעלט א משפחה, און יעצט איז מען אים געקומען זאגן די בשורה, אז זיין איינציג קינד איז נעבעך אומגעקומען אין אן עקסידענט ל"ע. דער הייליגער צדיק האט אים אנגעקוקט און מיטגעוויינט. נאך עטליכע מינוט זאגט אים דער רבי, "איך האב אויך פארלוירן א ווייב, אלע מיינע קינדער, ווען איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס, אנטלויף איך צו די גמרא". ווייל נאר ביים אויבערשטן און ביי די הייליגע תורה, קען מען טרעפן א טרייסט. נאר דאס קען העלפן א מענטש.
שיקט אריין אייער שאלה צו askgershon@gmail.com