וויכטיגע אונטערוואסער קאמיוניקאציע קעיבל צווישן פינלאנד און דייטשלאנד געשעדיגט
יז חשון תשפ"ה 📝
רוב פון די קאמוניקאציעס וואס פילסן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ווערן דורכגעפירט דורך פיזישע קעיבלס (דרונטן), דאס רעכענט אריין סיי טעלעפאן, איטערנעט און פילע אנדערע שנעלע קאמיוניקאציע מיטלען וואס די וועלט באנוצט זיך. דאס איז אנדערש ווי אסאך מיינען, אז היינט גייען זיי אלע דורך די סעטעלייטס.
גאר אסאך קעיבלס זענען דורכגעצויגן צווישן די לענדער און קאנטינענטן אוטערן די ריזיגע אקעאנען, און לענדער זענען באזארגט איבער זייער זיכערהייט, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן ווי פארשידענע לינעס זענען געווארן געשעדיגט.
בשעת די וועלט איז פארנומען מיט'ן "פארזיכערן" די ווייערס וועלכע לויפן אונטער'ן וואסער, וועלן מיר לויפן זיך איינטינקען אונטערן וואסער, גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיך פארנעמען פון יעצט צו זיין גוט, דאס איז "פארזיכערט" פון יעדע פגע, און אפילו מען ווערט חלילה געשעדיגט, דער יצר הרע ווארפט אראפ, האבן מיר דעם פארזיכערטן עצה פון הייליגן רבין, צו לויפן אונטערן וואסער, זיך איינטינקען און זיך מכניע זיין פאר'ן אויבערשטן, און תיכף זאגן דעם תיקון הכללי. ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס דער תיקון הכללי טוט פאר זיין נשמה, וואלט ער עס יעדן טאג געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פירן זיך צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. ווייל אויסער דעם וואס דאס פארעכעט אלעס, מען קומט ארויס פריש אפגעבאדן, איז עס מסוגל צו אלע ישועות, בפרט פרנסה.
די נאטא באאמטע האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי קוקן איבער די זיכערהייט פון די פילע לינעס וואס לויפן פון און צו זייערע לענדער, סיי פון קאמיוניקאציע און אזוי אויך פון פייפס וואס ברענגען און טראגן גאזן און אנדערע זאכן.