וויכטיגע אנווייזונגען אויפ'ן וועג קיין אומאן
טז אלול תשע"ט 📝
וויכטיגע אנווייזונגען פאר די רייזע קיין אומאן, צוגעשטעלט דורך אייער געטרייע טרעוול אגענט Plan-it-Rite וואס שטעלט אייך צו אלע טרעוול געברויכן קיין אומאן, און סיי וואו איר פארט א גאנץ יאר.
צום ערשט דארפט איר זיכער מאכן, אז אייער לעגאלער נאמען (די לעצטע און די ערשטע) וואס שטייט אויפ'ן פאספארט, זאל זיין ארויסגעשריבן ממש די זעלבע אויפ'ן טיקעט.
עס איז ראטזאם און גרינגער אריין-צו-טשעקן אנליין. מ'קען אריין-טשעקן פון פיר-און-צוואנציג שעה ביז צוויי שעה פאר די פליגער הייבט זיך. אריין-טשעקן אין עירפארט נעמט אסאך צייט און קען צומאל זיין א פראבלעם אויב קומט מען שפעט, אזוי אויך קען עס צומאל קאסט א טשארדזש (ביי יוקרעין עירליינס קאסט עס $17 דאלער).
אזוי אויך זיך אליינס אויסוועלן דעם זיץ אויפן פליגער, קען קאסטן א באזונדערע פרייז. (ביי יוקרעין עירליינס זענען די פרייזן הייבן זיך צווישן $15 און $50 דאלער א וועג - געוואנדען אינעם זיץ).
אז איינער וויל נעמען געפאקטע באקסעס אויפן פליגער, זאל מען עס ארומגענומען מיט סארען רעפּ (Saran wrap), און יעדע באקס דארף זיין באזונדער, נישט צוויי באקסעס צוזאמען.
אויב האט מען מער רענצלעך פון וויפיל מ'איז בארעכטיגט צו מיטנעמען מיט'ן פליגער, וועט עס אויסקומען ביליגער, אויב מען באשטעלט עס כאטשיג 48 שעה פאר די פליגער הייבט זיך.
די טשעק-אין אין עירפארט גייט אן אנגעהייבן פון דריי שעה פאר די פליגער פארט, און ענדיגט זיך א שעה פאר די פליגער הייבט זיך. דערנאך ווערט שוין קיינער נישט אריינגעלאזט.
עס איז גוט צו מאכן טרעוול אינשורענס. דאס וועט בעז"ה פארמיידן שאדנס פון צעבראכענע אדער פארלוירענע חפצים/בגדים. אזוי אויך איז גאר וויכטיג צו האבן מעדיקעל אינשורענס, כדי אויב מען דארף (נישט אויף קיין שום איד געדאכט) ח"ו צוקומען צו סיי וועלכע מעדיצין אדער דאקטוירים דורכאויס די רייזע, אדער חלילה אריין גיין אין שפיטאל, זאל מען זיין געדעקט.
אויב איינער פון די עלטערן פארן אליין, און מען נעמען מיט א קינד/קינדער אונטער די עלטער פון זעכצן, דארף מען מיטברענגן א צעטל וואס האט א בילד פון די מאן'ס/ווייב'ס אידענטיפיקאציע (ID) און אויף דעם זאל זיין א חתימה אז זיי געבן רעכט פאר'ן קינד מיט צו פארן.
אסאך עירליינס - אריינגערעכענט יוקרעין אינטערנעשענאל - זענען זייער שטרענג מיט די האנט באגאזשן וועלכע מען נעמט ארויף אויפן פליגער. עס מעג וועגן א מאקסימום פון 15 פונט. אזוי אויך די ברייט הייך און לענג קען זיין מאקסימום 15.7 אינטשעס (40 סענטימעטער) ביי 21.6 אינטשעס (55 סענטימעטער). זע אינעם בילד אויבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל פארן געזונטערהייט און צוריק קומען געזונטערהייט, און פועל'ן אלעס גוטס ביים הייליגן רבי'ן, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
Plan-it-Rite 718-506-4341