וויכטיגע מעלדונג: שבת אין קראון פלאזא וועט מעגליך אפגערוקט ווערן מיט א וואך
כט חשון תשפ"ב 📝
אנשי שלומינו זענען אין גרויס שפאנונג צום גרויס שבת התוועדות סיום בבלי סדר מועד וואס וועט בעז"ה פארקומען אום חודש אדר ב' הבעל"ט אינעם הערליכן קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט.
די עסקנים נעמען אויף די קאלס פונעם ציבור וואס רעזערווירן צימערן אין גרויסן, און די זעלבע צייט קומען פאר זיצונגען ווי מען גרייט צו א הערליכן פראגראם, וואס וועט בעזר השם מהנה זיין דעם ציבור אויפן העכסטן פארנעם.
עס איז נארוואס ארויסגעקומען א וויכטיגע אלערט פון די עסקנים: צוליב טעכנישע סיבות, איז שטארק מעגליך אז מען וועט נישט קענען פראווען דעם גרויסן שבת ווי געפלאנט פרשת פקודי. מען איז געזיצן די וואך מיט די פארוואלטונג פונעם האטעל, און מען איז דן צי מען וועט קענען אנהאלטן דעם שבת פרשת פקודי, אז נישט וועט מען עס בעז"ה פאראויס רוקן מיט א וואך צו פרשת ויקרא הבעל"ט.
צי עס וועט זיין שבת פרשת פקודי אדער שבת פרשת ויקרא, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו צו מיט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מען איז מסיים איין מסכתא נאכן צווייטן.
די אלע וואס האבן נאך נישט באשטעלט א צימער קענען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070.
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען
איך בין א ש"ס איד!