טויזנטע איינוואוינער אויפן אינזל מאווי זענען געבליבן היימלאז, טויזנטער הייזער ביזנעסער זענען ארויף מיטן רויך, רעזידענטן פונעם אינזל פארציילן ווי דער פייער איז פלוצלים אנגעקומען, און ווי זיי האבן זיך ממש געפלאגט צו אנטלויפן פון די פלאמען וועלכע זענען געטריבן געווארן פון די שטרומישע שטארקע ווינטן וועלכע האבן דאן געבלאזן.
 
דער פייער האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 100 מענטשן, און האט איבערגעלאזט צענדליכע טויזנטע היימלאז, און נאך הונדערטע ווערן נאך געזוכט. די רעגירונג זאגט אז דאס איז די מערסט טויטליכסטע ווילדע פייער אין די היסטאריע פון די סטיעט. דער פייער האט איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די גאנצע שטאט, און די שאדענס ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די הויכע מיליאנען.
 
דער פייער איז געלאפן אויפן באפעל פונעם אויבערשטן אן קיין פארשטענדליכע סדר, עס האט טיילמאל איבערגעשפרינגען א הויז דא, א גאס דארט, און דערנאך זיך ווייטער פארשפרייט און אויפגעגעסן אלעס וואס איז געקומען אינטער אירע הענט. דער אידישער שול מיט די ספרי תורה איז בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן, אבער ליידער זענען דא זייער אסאך אידן צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, און אויך צווישן די אומגעקומענע ציילן זיך עטליכע אידן.
 
דער אומגליק וואס איז געקומען זייער נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה דערמאנט אונז דער פיוט וואס מיר זאגן מיט א מורא'דיגע פארכט אין די הייליגע טעג, "ונתנה תוקף קדושת היום, כי הוא נורא ואיום...", ווי מיר וועלן דארט ארויסברענגען אז אין די הייליגן טעג פארשרייבט דער רבונו של עולם וואס עס וועט דורכגיין בפרטי פרטיות אויף יעדעם איינעם באזונדער, ווי מיר וועלן זינגען "מי, מי, במים... ומי, ומי, באש..." ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן פארוואס גייט דער נוסח "מי, מי..." "ומי, ומי..."? וויייל צווישן די ווערטער ווערט אריינגערעכענט נאך פילע מצבים געשמאקע און שווערע וואס מען שרייבט יעצט אן פארן מענטש פארן קומענדיגן יאר.
 
ווען מען קוקט צוריק אויפן פארגאנגענעם יאר און מען זעט וואס מען איז אלץ דורך, קען מען טראכטן "ווען איך וואלט געוויסט וואס איך וועלן דארפן דורכגיין וואלט איך אסאך בעסער געבעטן, איך וועלט געטון מער מצוות און מעשים טובים, און געטון אלעס אויף דער וועלט אפצושרייען די שווערע גזרות".
 
מיט אויבערשטענ'ס הילף גרייטן מיר זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר גרייטן זיך אן מיט קאפיטלעך תהלים, אסאך תפילות, און מעשים טובים, און מיר וועלן קומען צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר אלע וואס וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה קיין אומאן, און דערפאר קוקן מיר נישט אויף גארנישט און מיר פאלגן דעם הייליגן רבין, און מיר וועלן זיך באטייליגן ביים הייליגן קיבוץ אויף ראש השנה, און מיר וועלן פועלן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך, פאר די קינדער, פאר די ווייב און פאר גאנץ כלל ישראל.