ווינט טורבינען
כח תשרי תשפ"ו 📝
שאלה
בעת אונזער נסיעה קיין אומאן, האבן מיר דורכגערייזט עטליכע אייראפעאישע לענדער. איבעראל האבן מיר באמערקט אסאך הויכע ווייסע טורעמס מיט גרויסע פליגלען וואס דרייען זיך מיט די ווינט. איך בין משער אז זיי האבן עפעס מיט פראדוצירן עלעקטריק; אבער איך האב נישט געזען קיין דראטן אדער פאבריקן נעבן זיי - זיי זענען פשוט געשטאנען אזוי אפגעזונדערט אין די פעלדער.
נחמן י.
ענטפער:
נאך איידער מיר גייען אריין אין די ענטפער, קען איך מיך נישט צוריק פון זען דעם הערליכע בילד. א איד שטייט אליינס אין די פעלד, ער נוצט זיין מויל, ער בלאזט ארויס לופט, קיינער זעט אים נישט, ער באקומט נישט קיין פלעק אדער אויסצייכענונג. ער פרעגט, וויאזוי ארבעט דאס? איך שטיי אליינס אין פעלד, און עס געשעט ישועות?
צוריק צו דיין שאלה, נחמן, די גרויסע טורעמס וואס דו האסט געזען זענען טאקע "ווינט טורבינען". דאס איז א נייערע מיטל וואס ווערט לעצטענס מער און מער פאפולער וויאזוי צו ערצייגן עלעקטעריציטעט. די מאשינען נוצן אויס די כח פון די ווינטן וואס דער אויבערשטער מאכט, וואס דרייען די ריזיגע פליגלען. אינעווייניג אינעם טורבין געפונען זיך גענעראטארן וואס פארוואנדלען דאס אין עלעקטעריציטעט. אונטער דער ערד זענען זיי פארבינדן מיט די לאנד'ס עלעקטעריק גריד סיסטעם דורך קעיבלס, און דערפון קענען גאר אסאך הייזער און פאבריקן געניסן פון די כח פון עלעקטעריק.
עס איז טאקע זייער אונטערעסאנט, די שיינע הערליכע שטילע טורבינען דארפן נישט קיין פאבריקן, זיי אליינס פאבריצירן עלעקטעריציטעט, און פון זיי גייט עס דירעקט אריין צום עלעקטריק סיסטעם פון אונטער די ערד.
נחמן, ווי שיין און ווי זיס איז צו שטיין אינעם פעלד צווישן די ביימער און גראז און פון דארט רעדן צום אויבערשטן. יעדע ווארט ווערט פארוואנדעלט אין גרויסע שיינע אורות. דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט יעדע ווארט, אין יעדע קרעכץ איז דער אויבערשטער דארט מיט דיר און וויינט מיט. לאז דיינע ווערטער פליסן, געב ארויס אלעס, זאג ארויס פאר'ן אויבערשטן אלעס וואס עס גייט דורך אויף דיר, זאג אים ווי שטארק דו בענקסט, ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט. און איבער אלעם דאנק אים פאר אלעס וואס ער געבט דיר.