ווינטערדיגע אייזיגע וואסער פאלן
ו טבת תשפ"ו 📝
שאלה:
קודם כל א גרויסן יישר כח ר׳ גרשון, פאר די אלע שיינע ארטיקלען יעדע וואך.
יישר כח אייבערשטער, איך האב זוכה געווען צו זיין שבת חנוכה ביים ראש ישיבה שליט״א. אויפן וועג צוריק האבן מיר געזען אויף רוט 17, אז עס זענען דא אזעלכע קליפס פון די זייט, וואס סתם אזוי ווען ס׳וואלט געווען זומער און עס וואלט געווען רעגנדיג, וואלט עס אראפגעגאסן און עס וואלט געווען א שיינע וויו פון די אלע וואסערפאלן. אבער יעצט אין ווינטער איז אלעס געווען שניי און אייזיג.
מיין שאלה איז, וויאזוי ווערט עס אייזיג בשעת די וואסער רינט? ווען איך לייג אריין א גלעזל וואסער אין דעם פריזער, וואלט עס געדויערט א שעה, צוויי, ביז עס וואלט געווארן אייז. אבער דא האב איך געזען אייזיגע וואסערפאלן, וואס זענען געווארן אייז בשעת זיי פאלן אראפ פון דעם בארג. וויאזוי ווערט עס אייז?
נאכאמאל, א גרויסן יישר כח פאר דעם בלעטל מיט אלע שיינע ארטיקלען.
ענטפער:
זייער א גוטע שאלה האסטו געפרעגט. עס איז באמת א גרויסע זכות אז מיר זענען זוכה צו לערנען די הייליגע עצות פון רבי׳ן וואס קלעבט צו אונז פשוטע מענטשן צום אייבערשטן. מיר וואלטן פונקט אזוי געקענט זיין פון די מענטשן וואס הערן אויס די לשון הרע׳ס אויף ברסלב, און האבן מורא וואס דער און יענער וועט זאגן אויב זיי קומען הערן א שיעור פון ראש ישיבה.
דאס וואס דו פרעגסט וועגן דעם אייז אין די זייטן פון די ראודס אום ווינטער. עס איז אמת אז ווען וואסער רינט קען עס אסאך שווערער ווערן אייז. א זאך וואס רוקט זיך האלט זיך לענגער ווארעם. אבער דאס מיינט נישט אז עס קען נישט ווערן אייז, עס נעמט בלויז לענגער.
פונקט ווי א מענטש קען נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן ארויסגיין פון אלע זיינע שלעכטע געוואוינהייטן. מען דארף גיין צוביסלעך, א טריט אויף איין מאל. מען טוט איין קליינע גוטע זאך, און נאכדעם נאך איינס, און נאך א שטיק צייט דערזעט זיך דער מענטש אז ער דערקענט זיך פשוט נישט. די זעלבע זאך איז מיט דעם אייז. די שטיינער זענען אייז קאלט, און די וואסער רינט ארויף דערויף. קודם וועט ווערן א דינע אונטערשטע שיכט פון אייז, גלייך אויפן שטיין, און די וואסער וועט ווייטער רינען דערויף, אבער צוביסלעך ווערט די אייז דיקער און דיקער.
בפרט ווען דער וועטער ווערט גאר קאלט, וועט זיך דער פראצעס אויסשפילן אסאך שנעלער. אויב דער אויבערשטער שיקט א גאר שטארקע קעלט וועט עס נישט נעמען לאנג און אלע אייזן וועלן אויספארמירן הערליכע שיינע אייסיקלס וואס באשיינען אונזערע ווינטערדיגע וויוס אויף די הייוועיס.
אבער אפילו ווען די וואסער איז געווארן גענצליך פארפרוירן, וועט עס נישט אייביג בלייבן אזוי. אפילו איך שפיר זיך ווי א שטיק אייז, איך שפיר נישט גארנישט, איך בין קאלט, ווען די זון וועט ארויסקומען און עס וועט באקומען אביסל ווארעמקייט, וועט זיך אלעס זייער שנעל צולאזן, און ווערן צוריק די שיינע וואסערפאלן וואס וועלן פארהערליכן די זומערדיגע וויוס אויף די וועגן.
נעם אביסל תורה, אביסל אמונה, הער אויס נאך א שיעור פון ראש ישיבה, וועסטו זען ווי שיין דו וועסט זיך צולאזן און ווידער באקומען א געפיל צום אויבערשטן און זיין זיסע תורה.