וויפיל פארדינט די וועלט במשך א יאר
כט סיון תשפ"ה 📝
שאלה: לכבוד ר' "גרשון" שליט"א
איך וואונדער מיך אויב איר ווייסט צו זאגן א נאמבער וויפיל געלט פארדינען אלע מענטשן פון דער וועלט צוזאמען גערעכנט אין א יאר, נאכמער וואנדער איך זיך וויאזוי דו וועסט דאס מקשר זיין מיט עבודת השם...
יישר כח, איך האב זייער הנאה צו ליינען יעדע וואך אייערע נייעס און "אלעס'ן" אריינגעפלאכטן מיט מוסר השכל און אייבישטער.
יואליש קרויס
ענטפער: די "וועלט באנק" און די "אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד" שאצן אז די "גראס וועלט פראדוקט" GWP (פער לאנד רופט מען עס גראס דאמעסטיק פראדוקט - GDP), וואס די ווערד פון אלעס וואס ווערט פראדוצירט און פארדינט דורך אלע מענטשן און ביזנעסער פון די גאנצע וועלט אינאיינעם איז געווען בערך $110,000,000,000,000.00 (הונדערט און צען טריליאן דאלער) פאר די גאנצע יאר 24' למספרם. דער ציפער רעכענט אריין וועידזשעס, פארדינסטן, רענט, און סערוויסעס וואס זענען געווארן צוגעשטעלט ארום די גאנצע וועלט.
וויבאלד עס איז עכט כמעט אוממעגליך צו באגרייפן פאר א מענטשליכער מח דער ריזיגער ציפער, לאמיר עס צוטיילן צווישן די בערך אכט ביליאן מענטשן אויף דער וועלט, אויב מען וועט נעמען דעם סכום און צוטיילן אייניג פאר יעדע מענטש אינעם גלאוב, וועט עס אויסקומען אביסל ווייניגער פון פערצן טויזנטע דאלער פער מענטש פער יאר.
יעצט ווילסטו וויסן וויאזוי מען קען עס מקשר זיין צו עבודה ה', עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן "אדער נעמט מען אוועק דאס געלט פונעם מענטש, אדער דעם מענטש פונעם געלט", דא ליגט א מורא'דיגע לימוד, וואס איז מורא'דיג פשוט אבער גייט זייער טיף, קיינער בלייבט נישט אייביג צוזאמען מיט זיין געלט. - אויסער אויב ער איז מעלה זיין געלט, און מאכט דערפון עפעס א גוטע אינוועסטמענט, אינוועסטמענטס אויפ'ן סטאק מארקעט אדער ביטקוין וועט נישט העלפן, ווייל אויך ביי דעם גייט אן דעם כלל, אדער בלייבט דער מענטש אנעם געלט, אדער די געלט אנעם מענטש. עס זענען דא אסאך גוטע אינוועסטמענטס אוועליבל. יעדע וואך ווערט אדווערטייזט דא אין בלעלט גאר שטארקע אינוועסטמענטס, פון פראיעקטן וואס אויב מען לייגט דארט דאס געלט בלייבט דאס געלט מיט'ן מענטש אויף אייביג, מען קען בויען מוסדות, געבן פאר צדקה וחסד, שטיצן ארימעלייט, דרוקן ספרים וואס דערמאנט אידן פונעם אויבערשטן.
ווען מען זעען די הונדערט און צען טריליאן דאלער וואס די וועלט פארדינט יעדעס יאר, וויפיל פון דעם בלייבט, און וויפיל גייט לטמיון פאר נארשקייטן?
דער הייליגער רבי נתן האט געטייטשט "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת", וועלכע צדקה בלייבט פאר אייביג, אויב מען געט עס פאר'ן דרוקן ספרים פונעם צדיק האמת.
אין מלווין לו לאדם לא כסף ולא זהב, אלא מצוות ומעשים טובים
צו פרעגן א שאלה שיקט צו
askgershon@gmail.com