זינט ביידען איז ארויס פונעם פארמעסט פאר צוויי וואכן צוריק האט די מידיע שפעקולירט איבער וועם דער העריס וועט נעמען אלץ מיטלויפער, עס איז געווען א שיינע ליסטע פון פאליטיקאנטן וועלכע זענען לויט די באריכטן געווען אויפן ליסטע. אין די לעצטע עטליכע טעג זענען באקאנט געווארן אז עס זענען געבליבן בלויז צוויי אויף די ליסטע, דער גאווערנאר פון דער "סווינג סעטיט" פּענסילוועניע, א איד מיט'ן נאמען דזשאָש שאפּירא, און דער גאווערנאר פון מינאסאטע טים וואַלץ. די שפעקולאציעס זענען געווארן שטארק אז דער טיקעט וועט נעמען שאפירא, צוליב וואס ער קען צוהעלפן צו רוקן דעם גורל'דיגן סטעיט פּענסילוועניע צום דעמאקראטישער זייט, בשעת וואַלץ קומט פון א שטארק דעמאקראטישער סטעיט, און וועט גארנישט צוגעבן.
 
אסאך אזוי גערופענע אידישע מויל מאכערס זענען געווען פארנומען אראפ צו רייסן העריס אז נאר צוליב וואס שאפירא איז א איד האט זי אים נישט געוואלט, בשעת אנדערע האבן איר פרובירט צו פארענטפערן, מיט'ן ערלקערן די סיבות פארוואס וואַלץ איז געווען א בעסערע אויסוואל פאר איר ווי שאפירא.
 
עס זענען דא מענטשן וואס וואונדערן זיך פארוואס ווען מען קוקט אריין אין די ספרים פון הייליגן רבין און פון זיינע הייליגע תלמידים באגעגענט מען זיך אייביג מיט די זעלבע עטליכע זאכן, רעדן צום אויבערשטן, תורה ותפילה, התחזקות, שלום בית, נישט מאכן קיין חובות, מען קען נאר געטרויען דעם אויבערשטן, תשובה איז נישט שווער, די גרויסקייט פון די פשוטע מצוות, און אזוי ווייטער, און זיי פרעגן פארוואס קען מען נישט רעדן אמאל פון עפעס אנדערש? וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע זאך נאכאמאל, "אלע דיינע צרות קומען נאר ווייל דו ביסט נישט פרייליך" איז א סטעיטמענט וואס דער הייליגער ספר אשר בנחל חזר'ט איבער הונדערטער און טויזנטער מאל. מוהרא"ש - האט לויט זיי - געדארפט שרייבן איין מאל מען זאל זיין פרייליך, רעדן צום אויבערשן, רעדן שיין צו די ווייב, לייגן תפילין, און שוין.
 
לאמיר דיר פרעגן אן אנדערע שאלה שלא מן הענין. וויפיל מאל קענסטו ליינען נאכאמאל און נאכאמאל "טראמפ, העריס, ווענץ, וואלץ, שוממער, פאלאסי און ביידען"? פארוואס יעדעס מאל איך רעד צו דיר קומט אריין געלט? "ער האט יא געלט, ער האט נישט געלט", און וויאזוי קען זיין אז דער וואס היט נישט די אויגן רח"ל ווערט נישט נמאס פון קוקן נאכמאל און נאכמאל די זעלבע גארביטש?
 
און אז מיר זענען סיי ווי אין א באבל ווי מען רעדט כסדר פון די זעלבע זיבן זאכן, לאמיר כאטש רעדן פון זאכן וואס בלייבן מיט אונז. מיר דארפן חזר'ן דאס ווארט וואס דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט "דער וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט האבן; יענער וועלט איז יא, און מען קען עס האבן."