אויף די גרויסע פארלאנג פון די פילע באנוצער פונעם וועבסייט איז בעזרת ה' צוגעלייגט געווארן א נייע פעידזש אויפן וועבסייט - "אוידיא שיעורים", ווי עס וועט בעז"ה כסדר ארויפגעלייגט ווערן פרישע שיעורים אויף אוידיא פארמאט, סיי די שיעורים וואס ווערן דא ארויפגלייגט אויף א ווידיא פארמאט ווי שיעורים פאר בחורים, פאר אינגלייט, און פאר פרויען.
בפרט איז א פריידיגע בשורה, אז די אלע שיעורים וואס ווערן נאר אויפגעכאפט אויף אוידיא פארמאט, צום ביישפיל די גמרא בבלי און ירושלמי שיעורים, וואס ווערט פארגעלערנט מלא חן טעגליך דורכן ראש ישיבה, אנגעפילט מיט חיזוק, עצות, און הדרכות לויט די הקדמות פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וועט שוין בעז"ה זיין אויפן וועבסייט צו הערן און צו דאונלאודן אויפן נייעם פעיזש.
דער נייער אפטיילונג וואס איז נארוואס געעפענט געווארן, וועט בעז"ה ווערן אפדעיטעט טעגליך מיט די פרישע שיעורים, און אזוי אויך וועלן די אלטע שיעורים בעז"ה ווערן ארויפגעלייגט מיט די צייט.
דער נייער אפטיילונג געפינט זיך אונטער די "אלבומס" טעב אויפן מעין פעידזש.
שמעו ותחי נפשכם
 
ברסלב סענטער/אוידיא שיעורים