עס איז אונז א שמחה מיטצוטיילן מיט חשובן ציבור וואס באנוצט זיך מיט אונזער וועבסייט, אז געלויבט השי"ת עס איז יעצט געווארן צוגעלייגט עטליכע נייע זייער נוצבארע אפציעס צום וועבסייט.
1) שעירן (מיטטיילן)
עס מאכט זיך כסדר ביי פילע באנוצער ווען זיי הערן א שיעור/ליינען א בריוו, און זיי טראכטן "דאס איז א געוואלדיגע שיעור/בריוו, איך וואלט עס געוואלט שיקן/מיטטיילן מיט אנדערע", און זיי האבן געבעטן מען זאל צולייגן אן אפציע פון שעירן. דעפאר קומען מיר יעצט מיט די גוטע נייעס, אז נאך אסאך ארבעט, איז ב"ה געלונגען צוצושטעלן דעם אפציע פון שעירן ביי אלע אפטיילונגען פונעם וועבסייט, ווי איר וועט זען די אייקאנס פון אימיעל, טוויטער און פעיסבוק, גראד אונטערן שיעור/בריוו, ווי איר וועט קענען מיט איין דרוק שעירן דעם שיעור, בריוו מיט וועם איר ווילט.
2) דאונלאודן (אראפ נעמען)
פילע האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן די מעגליכקייט צו דאונלאודן די שיעורים אויף זייערע אייגענע מוזיק פלעיערס צו קענען האבן די מעגליכקייט צו הערן די שיעורים אין די צייטן וואס זיי זענען נישט אין אפיס, צום ביישפיל אינדערהיים, אדער אין קאר, ווי זיי האבן נישט די צוטריט צו א קאמפיוטער און אינטערנעט. יעצט ב"ה האט מען געענדיגט מיט די ארבעט פון צולייגן די אפציע פון "דאונלאוד". און ב"ה מ'קען שוין דאונלאודן אלע אוידיא און ווידיא שיעורים ביים וועבסייט. צו דאונלאודן א שיעור וועט איר בלויז דארפן געבן א דרוק אויפן דאונלאוד קנעפל (א בילד פון אן עראו אראפ), און אויסוועלן די לאקאציע וואו איר ווילט עס האבן.
די אנפירער פון די וועבסייט שלאפן נישט, טאג און נאכט טראכטן זיי און ארבעטן שווער צו מאכן דעם וועבסייט בעסער און באקוועמער. מיר האפן אייך כסדר צו האלט אפדעיטעד מיט אלע נייע פארבעסערונגען און אפדעיטס בעזרת השם יתברך.
 
שמעו ותחי נפשכם