וועד הכשרות היכל הקודש ברסלב געגרינדעט
טז טבת תשע"ט 📝
ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געלייגט גאר א שטארקער דגוש אכטונג צו געבן אויף כשרות המאכלים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר ארום ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין אויף וואס מען נעמט אריין אין מויל.
יעצט האט א תלמיד הישיבה געעפענט אן עסן געשעפט אין בארא פארק, און וועלנדיג זיכער זיין אז אלעס אויסגעהאלטן אויפן בעסטן וועג, האט ער זייער געבטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אים געבן א תעודת הכשר. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געגרינדעט א "וועד הכשרות", וואס ווערט בעז"ה געפירט דורך די תלמדי חכמים רבני הכולל, וועלכע מאכן זיכער אז יעדע אינגרידיענט וואס קומט אריין אין די מאכלים איז אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות למהדרין מן המהדרין.
די משגיחים נעמען אלע הוראות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער אז אלעס ווערט געפירט בעזהשי"ת על צד היותר טוב.
"מי שנזהר ממאכלות-אסורות, הוא ניצול מחיות-רעות" (ספר המידות, אות אכילה)