וועטינג מארקעט הייבט די שאנסן פאר טראמפ קעגן העריס
יז אב תשפ"ד 📝
אין די אלגעמיינע וועלט איז דא א מארקעט וואס רופט זיך די וועטינג ("בעטינג" אויף ענגליש) מארקעט, דאס איז א פלאץ ווי מענטש אינוועסטירן געלטער וואס זיי גייען פארדינען (אדער פארלירן) אויב עס געשעט אזוי ווי זיי זאגן אדער נישט.
אין די צייטן ווען עס ווערט הייסע פאליטישע נייעס זעט מען זייער שטארק אן ווי די וועטינג מארקעט לויפט ארויף אדער אראפ, אסאך מענטשן בויען שטארק אויף דעם ווער עס וועט געווינען אדער פארלירן אן עלעקשאן געוואנדן לויט וויפיל מענטשן וועטן וואס עס וועט געשען. עס איז א געוואלדיגע וואונדער צו זען ווי מיליאנען גויים אינוועסטירן זייער שווער אפגעהארעוועטע געלטער אין אזא צווייפעלהאפטיגע געשעפט.
לויט די וועטינג מארקעט זענען די שאנסן פון העריס צו געווינען אסאך בעסער ווי פון ביידענ'ס, אבער אין די לעצטע טעג האט זיך די שאנסן פון טראמפ ווידער געהויבן א משהו העכער העריס. עס איז באמת א וואונדער ווי מענטשן זענען גרייט צו פארלירן זייער אפגעשפארטע פאר דאלער נאר כדי צו צוזאגן אז דער גייט געווינען אדער פארלירן. עס איז שוין געווען זייער אסאך מאל ווי לויט די מארקעט איז איינער געווען א זיכערע געווינער אדער פארלירער, אבער האט זיך אויסגעשטעלט אנדערש, און צענדליגע מיליאנען דאלארן זענען פארלוירן געווארן אינעם נארשין משחק בקוביא שפיל.
עס איז אזא שאד צו אינוועסטירן דאס געלט דארט בשעת יעצט איז דא א זיכערע אינוועסטמענט ווי מען קען אריינלייגן דאס געלט. די מוסדות פון ראש ישיבה שליט"א זענען טאקע זייער מצליח מיט סייעתא דשמיא, מען לערנט מיט די קינדער אמונה, און מען גרייט זיי צו צום לעבן, עס ווערן געבויעט פילע בנינים פאר די חדר, שולע, ישיבה, בתי מדרשים, מקוואת טהרה און אלע אנדערע ציבורישע געברויכן, אבער מען פלאגט זיך זייער מיט געלט, פילע פראיעקטן פון די קהלה ווארטן אויף פרישע געלטער עס צו קענען אויספירן מכח אל הפועל.
דערפאר איז עס זייער א גוטע געלעגענהייט ווען די מוסדות מאכן איין מאל א יאר א קאמפיין, אז אלע ליינער זאלן זיך משתתף זיין ברוח נדיבה, און צושטייער געבן דאס געלט פאר א צדקה וואס איז א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, און בפרט בעטן מיר אז אלע וואס ליינען אונזערע נייעסן און באריכטן זאלן זיך אנשטרענגען און געבן פאר אונזער טיעם פעידזש, וואס וועט זיין א שטארקע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש.
ביטע שטרענגט אייך אן און געבט לכל הפחות $36 דאלער, וכל המוסיף מוסיפין לו, און אויב איר קענט נישט, געבט סיי וועלכע סכום. ביטע דרוקט יעצט דא זיך צו משתתף זיין אויף אונזער פעידזש. טשערידי/ברסלב/גרשון קרעמער ישר כח און תזכו למצוות.