אנשי שלומינו זענען אנגעפילט מיט געפילן פון שבח והודאה צום אייבערשטן אז נאך די אלע בלבולים און מניעות האבן די תפילות, דאס בענקען און האפן געפועלט ביים אייבערשטן אז מען האלט שוין דא אז מען גרייט מען זיך שוין אין די קומענדיגע שעות זיך ארויסצולאזן אויפן לאנגן פרייליכן נסיעה מיט קארס, פליגערס, באסעס און באנען, ווי מען וועט אינאיינעם מיט די צענדליגע טויזנטער אידן נעמען דעם שווערן אבער גליקליכע וועג צום הייליגן רבינ'ס ציון קיין אומאן אויף ראש השנה הבעל"ט און טון וואס דער הייליגער רבי האט געבעטן און געמאנט זאגענדיג אז "קיינער טאר נישט פעלן", און אז "גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן".
 
יעצט ווען מען האט שוין געענדיגט מיט די הכנות, די רענצלעך זענען שוין גרייט, די פאספארט אין טאש, איז צייט צו וויסן די זמנים און די וועטער פאר ראש השנה הבעל"ט.
*
ביים בנין פון ראש ישיבה וועט מען שבת פרשת נצבים שוין זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין אומאן. די זמן הדלקת הנרות אין אומאן איז 6:45.
 
מנחה און קבלת שבת איז 7:30, נאך די סעודה וועט זיין א באטע, מיר וועלן זינגען זמירות און דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן א שיינע שמועס.
 
שבת אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית 9:30, נאכן דאווענען וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען ספורי מעשיות.
 
מנחה וועט מען דאווענען 7:00, נאך מנחה וועט זיין שלש סעודות, ווי מען וועט הערן שיינע דיבורים פון ראש ישיבה שליט"א.
 
מוצאי שבת ביי חצות וועט מען זאגן סליחות, אום 1:00 נאך סליחות וועט מען קענען מאכן פדיון נפש ביים ראש ישיבה שליט"א.
 
ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00, נאכן דאווענען וועט ווייטער זיין פדיון נפש.
 
הדלקת הנרות ערב ראש השנה איז 6:30, מען וועט דאווענען דעם לעצטן מנחה פונעם יאר ערב ראש השנה ביים זמן הדלקת הנרות.
 
ביידע טעג ראש השנה וועט זיין שחרית 8:00, מנחה 6:00, און א דרשה פון ראש ישיבה 6:30.
 
די ערשטע טאג ראש השנה וועט מען גיין תשליך אום 5:00.
 
זמן פון מוצאי יום טוב איז 8:00.
 
*
 
די וועטער שאצונג פאר די טעג פון ראש השנה איז ווי פאלגענד:
 
ווי עס זעט אויס איז כדאי מיטצונעמען א סוועטער, שאל און רעגן מאנטל, ווייל לכל הפחות ביז נאך שבת (נצבים) זעט אויס צו זיין שטארק קיל און רעגנדיג, בייטאג אין די פופציגערס, און ביינאכט אין די פערציגערס, אבער ב"ה אז פון זונטאג ערב ראש השנה וועט די וועטער זיין טרוקן און מילדער, בייטאג אין די זעכציגערס און ביינאכט אין די פופציגערס.
 
*
 
⚠️ זייער וויכטיג נישט פארגעסן!
אראפצולייגן אלע פעק און זעק ביים הייליגן רבינ'ס ציון און עס דארט איבערלאזן אויף הפקר, און נישט אוועקגיין פון דארט ביז מען פועלט אלע ישועות, רפואות, בני חיי ומזוני פאר זיך פאר די גאנצע משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל!
 
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!