וועטער און זמנים איבערבליק אויף ראש השנה אין אומאן תשפ"ה
כג אלול תשפ"ד 📝
וועטער באריכט:
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די וועטער באריכטער זענען נישט קיין נביאים, כל שכן אז מען האלט יעצט נאך עטליכע טעג פריער. בפרט אויף די וועטער באריכטן פון סוף וואך ראש השנה און צום גדלי', וואס איז נאך א וואך פאראויס, קען מען זיך נישט צופיל פארלאזן דערויף. אויף די פילע בקשות פון אנשי שלומינו, וועלן מיר דא ברענגען א וועטער באריכט פאר די טעג וואס מען וועט וויילן ביים הייליגן רבי'ן. מענטשן ווילן וויסן וואס מען זאל זיך מיטברענגען, רעגן מאנטלען, אדער סוועטערס וכדומה. דאס איז די וועטער באריכט וואס ווערט ערווארטעט לויט די "עקיו וועטער" פירמע, וואס הייסט צו זיין א מער פארלעסליכע צווישן די וועטער באריכטער.
אין קורצן זעט אויס אז די טעג ארום ראש השנה אין אומאן וועלן זיין לייכט קיל, טייל טעג וועלן זיין פארוואלקענט און רעגנדיג, ספעציעל שבת און מוצאי יום טוב. די טעמפעראטורן וועלן זיין צווישן 50° און 70° פערענהייט בייטאג, און וועט אראפגיין אין די נעכט ביז אזוי ווייט ווי אין די מיטעלע דרייסיגער פערענהייט.
דערפאר איז רעקאמענדירט צו מיטברענגען סוועטערס און שאלן פאר די קילע וועטערס, ווארימע אונטערוועש פאר די קאלטע נעכט, און רעגן מאנטלען פאר די רעגנדיגע טעג.
מאנטאג, כ"ז אלול: מען קומט אָן בעז"ה צו א געשמאקע טעמפעראטור פון 68°F במשך דעם טאג און 53°F אין די נאכט. מען קען ערווארטן מער ווייניגער א זוניגער וועטער.
דינסטאג, כ"ח אלול: די וועטער ווערט אביסל ווארעמער, מיט טעמפעראטורן ארום 73°F בייטאג און 50°F ביינאכט. דער הימל וועט אויך בלייבן מער ווייניגער זוניג.
מיטוואך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה: נאכמיטאג וועט זיך די טעמפעראטור העכערן צו ארום 75°F, אבער עס ווערט ערווארטע צו זיין פארוואלקענט, וואס דאס מיינט א גשמאקע וועטער.
דאנערשטאג, א' תשרי, יום א' דר"ה: דער ערשטער טאג ראש השנה וועט זיין אביסל קילער, מיט טעמפעראטורן פון בערך 69°F במשך דעם טאג און 54°F ביינאכט, דער הימל וועט זיין מער פארוואלקענט.
פרייטאג, ערב שבת קודש, ב' תשרי, יום ב' דר"ה: דער צווייטער טאג ראש השנה וועט ווערן נאך קילער און עס ווערט ערווארטעט רעגן, ספעציעל פארמיטאג. בייטאג טאג וועט זיין אין די געגענט 57°F, אבער פרייטאג צו נאכטס וועט ווערן גאר קאלט, 37°F.
שבת קודש, ג' תשרי, פר' האזינו - שבת שובה: שבת וועט זיין היבש קיל – 51°F בייטאג און 38°F מוצאי שבת קודש – עס וועט בלייבן פארוואלעקנט מיט א מעגליכקייט פון אביסל רעגן.
זונטאג, ד' תשרי, צום גדליה: די טעמפעראטור וועט זיך הייבן צו 61°F, אבער די פארוואלקנטע הימלען וועלן איבערלאזן אביסל רעגן במשך דעם טאג.
מאנטאג, ה' תשרי: מאנטאג וועט זיין קיל מיט א טעמפעראטור פון 56°F בייטאג און ביינאכט וועט זיין קאלט ביז אזוי ווייט ווי 34°F. אויך איז צו איז צו ערווארטן רעגן במשך דעם טאג.
זמנים:
דינסטאג נצבים וילך:
די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:00 פארמיטאג.
עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00.
פרישטאג וועט זיין אום 9:00.
נאכטמאל 6:00.
מען וועט דאווענען מנחה און מעריב אום 7:15.
סליחות זכור ברית וועט זיין אום 1:00.
פדיון נפש וועט זיין נאך סליחות.
מיטוואך ערב ראש השנה:
די מקוה וועט זיין אפן א גאנצן טאג, פון 5:00 פארטאגס ביז 6:15 נאכמיטאג.
עס וועלן זיך שטעלן מנינים שחרית, אנגעהויבן פון 7:00.
פדיון נפש וועט זיין נאכן מנין שחרית פון ראש ישיבה שליט"א
עס וועט זיין חדר פאר די קינדער, עס וועט זיין ארויסגעשטעלן מודעות דערוועגן.
פרישטאג וועט זיין בחצות היום אום 1:00.
טועמיה וועט זיין אום 4:00.
ליל א' דראש השנה:
זמן הדלקת הנרות 6:15.
מנחה ערב ראש השנה ביים זמן הדלקת הנרות 6:15.
יום א' דראש השנה:
די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג.
תפילת שחרית 8:00.
דרשת תקיעת שופר אום 11:30.
תפילת מוסף 12:00.
תשליך 5:00.
מנחה 5:45.
דרשה 6:15.
יום ב' דראש השנה:
די מקוה וועט זיין אפן פון 5:00 פארטאגס ביז 11:30 פארמיטאג.
תפילת שחרית 8:00.
תפילת מוסף 12:00.
מנחה 5:45.
דרשה 6:15.
ליל שבת קודש:
זמן הדלקת הנרות 6:15.
מנחה וקבלת שבת 7:30.
נאך די סעודה וועט פארקומען א געהויבענע באטע.
יום שבת קודש:
תפלת שחרית 9:30.
נאכן דאווענען וועט זיין א קידוש מיט סיפורי מעשיות.
תפלת מנחה ושלש סעודות 6:30.
זמן מוצאי שבת קודש 7:41.
מוצאי שבת קודש וועט מען עפענען די מקוה אום 7:45.