וועטער און זמנים פאר ראש השנה הבעל"ט
כד אלול תשפ"ג 📝
געלויבט דעם אויבערשטן אז געשמאקע וועטערס ווערן פארגעזאגט פאר די טעג פון ראש השנה אין אומאן תשפ"ד.
פאלגענד איז די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע טעג פון דינסטאג סליחות ביז דינסטאג האזינו סיי אין ליזענסק פוילן, און סיי אין אומאן ווערט ערווארטע צו זיין גאנץ ווארעם בייטאג בערך אכציג דיגריס פערענהייט (26 סעלציוס) און געשמאק קיל ביי די נעכט 50-60 פערנהייט (10-15 סעלציוס), עס ווערט ערווארטעט צו זיין זוניג אלע טעג און כמעט אדער גארנישט קיין רעגענס.
אבער ווי מיר ווייסן קענען מען זיך נישט צופיל פארלאזן אויף די וועטער זאגערס, בפרט ווען אין די וואכן איז די קלימאט אין די געגענט געווענליך קאלט און רעגנדיג. דערפאר איז נאך אלץ כדאי צו מיטנעמען רעגן מלבושים מען זאל קענען גיין צום הייליגן ציון אויך אויב עס רעגענט, און א סוועטער / שאל כדי מען זאל נישט ווערן פארקילט אויב עס ווערט קאלט.
די זמנים זענען ווי פאלגענד:
דינסטאג סליחות (ליזענסק)
חצות: 12:26, צאת הכוכבים (72) 8:03
מיטוואך סליחות (אומאן)
עלות 4:49, משיכיר 5:29, נץ 6:28, סוזקר"ש (מג"א) 8:52, סוז"ת (גר"א) 10:46, חצות 12:55, ר"ת 8:35
זמנים פון ראש השנה:
סליחות זכור ברית ערב ראש השנה 1:00, פדיון נפש נאך סליחות, שחרית ערב ראש השנה 8:00, פדיון נפש נאך שחרית, זמן הדלקת הנרות ערב ראש השנה 6:50, מנחה בזמן הדלקת הנרות, שחרית ביידע טעג 8:00, תקיעת שופר דרשה צווייטע טאג 12:00, תשליך צווייטע טאג 5:00, מנחה ביידע טעג 6:30, דרשה ביידע טעג נאכמיטאג 7:00, זמן מוצאי יום טוב 8:21
מאנטאג צום גדלי' (ליזענסק)
עלות 4:30, משיכיר 5:10, נץ 6:09, סוזקר"ש (מג"א) 8:27, סוז"ת (גר"א) 10:19, חצות 12:24
💳 פדיון נפש לינק