די וועטער לויט די גריצלען פון די היישעריקן
כ אב תשפ"ה 📝
שאלה: איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז מען קען וויסן די וועטער פון די קולות וואס די היישעריקן מאכן. קענט איר מיר ביטע מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט? איך וויל פארשטיין.
א גרויסן ישר כח. איך האב אמת'דיג הנאה פון אייערע ארטיקלען, ספעציעל וויאזוי איר ברענגט אריין דעם אויבערשטן אין יעדע הינזיכט.
זלמן לייב
ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' זלמן לייב פאר דיין שאלה, און פאר דיינע ווארימע ווערטער.
עס איז מורא'דיג צו זען ווי די וואונדער פונעם אויבערשטן פולט אן די גאנצע וועלט, און אויב מיר וועלן צולייגן אביסל שימת לב, וועלן מיר זען גאר אינטערעסאנטע זאכן. די אויפפירונג פון קריקעטס (אן אינזעקט זייער ענליך צו היישעריקן - דאס זענען די וואס גריצלען אין די זומער נעכט) איז זייער אינטערעסאנט. און יא, פון זייערע גריצלערייען קען מען וויסן די פונקטליכע טעמפעראטור אין די נעכט. ווען עס ווערט ווארימער וועלן זיי גריצלען שנעלער, און ווען עס ווערט קילער, וועלן זיי פארשטאטערן זייערע גריצלערייען.
וויסנשאפטלער האבן אפילו אויסגעארבעט א וועג וויאזוי א מענטש זאל קענען וויסן די גענויע טעמפעראטור דורך דעם. אויב דו הערסט אן איינצעלעם היישעריק, צייל אפ וויפיל מאל ער גריצלט אין פערצן סעקונדעס, פלאס 40, דאס איז די יעצטיגע טעמפעראטור אין די גאס אין פערהייט (וואס מען נוצט אין אמעריקע).
וויאזוי ארבעט דאס? דער אויבערשטער האט זיי באשאפן "קאלט בלוטיג" דאס מיינט אז זייערע קערפערס קענען נישט קאנטראלירן זייער טעמפעראטור. (דער אויבערשטער האט געמאכט אז פארשידענע באשעפענישן קענען האלטן זייערע טעמפעראטור אויף א געוויסע שטאפל אפגעזען אויב עס איז הייס אדער קאלט ארום זיי. צום ביישפיל, אונז מענטשן, ווען מיר זענען הייס, שוויצן מיר, דאס קילט אונז אביסל אפ, ווען מיר זענען קאלט, ציטערן מיר, דאס ווארימט אביסל אן). און אויב ווערט הייס, ווערן זיי אויך הייס, און זיי ווערן מער אקטיוו, אריינגערעכענט אז זיי גריצלען מער. און ווען עס ווערט קעלטער, ווערן זיי מער פאמעליך. און אויב מען הערט זיך צו צו זיי קען מען וויסן די וועטער.
דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז, דער אויבערשטער שיקט אונז רמזים א גאנצן טאג, מיר דארפן נאר צולייגן קאפ, און מיר וועלן הערן ווי דער אויבערשטער רעדט צו אונז.
מען דערציילט אויף פארשידענע צדיקים ענליכע מעשיות, ווי עפעס האט פאסירט און זיי האבן געזאגט אז זיי ווייסן וואס דער אויבערשטער וויל פון זיי. צו זיי דארפן איינעם איבערבעטן, אדער עפעס אנדערש פארבעסערן.
מיר קענען אויך הערן די אלע רמזים פון הימל, דער אויבערשטער רעדט צו אונז אויך. אויב עס גייט אויף אונז דורך א צרה, איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן דעם אדער יענעם. איך האב נישט געזאגט אז דו דארפסט דיך באשולדיגן, אבער אויב דו וועסט מאכן התבודדות, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, וועסטו "הערן אן ענטפער", דו וועסט זיך דורכשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זוכן וואס "דו" קענסט טון בעסער, און וועסט ארויסקומען קלאר.
אדרבה פרוביר עס אויס וועסטו זען וואונדערליכע זאכן.
---
שאלות אדער קאמענטארן?
שיקט עס צו 845-445-7447 אדער צו askgershon@gmail.com.
---
האט איר הנאה געהאט פון דער ארטיקל און איר ווילט ארויסווייזן הכרת הטוב?
יעדע נדבה, נישט קיין חילוק וויפיל איר געבט העלפט איר דעם ראש ישיבה פארשפרייטן די שיינקייט און זיסקייט פון אידישקייט, און וועט מיר פערזענליך זיין א געוואלדיגע חיזוק.
אונזער פעידזש https://www.charidy.com/breslev/1370094.
א דאנק פון פאראויס פאר אייער שטיצע.
גרשון קרעמער