שאלה: איך האלט שוין ביי איבער 7,384 פוינטס וואס איך באקום פון די באקאנטע נעוויגאציע עפפ 'וועיז' (Waze). יעדעס מאל וואס איך באריכט עפעס א צושטאנד אויפן וועג, ווי למשל א פאליציאנט, טרעפיק, נעפל, אדער א פאטהאל, באקום איך פרישע פוינטס. איך וואלט געוואלט וויסן וואו איך קען דאס פארקויפן; וועל איך עפעס קענען פארדינען דערפון ווען איך קום אן צו א גרויסע צאל, למשל צו 12,000 פוינטס?
 
ענטפער: מיין טייערער ידיד, איך וויל דיר נישט אנטוישן, אבער עס איז כדאי דו זאלסט וויסן אז אפילו אויב דו וועסט גרייכן צו א ביליאן פוינטס — יא, א גאנצע ביליאן מיט א "בּ" — וועסטו פארדינען דערפון איין גרויסע ריזיגע גארררררררנישט מיט א ביליאן רי"ש'ס. דו קענסט מאכן א ביליאן באריכטן פאר די פירמע, אבער אויסער פוינטס בלייבט דיר גארנישט דערפון. אבער פון די אנדערע זייט, פאר "איין" ווארט צום אויבערשטן פארדינט מען גאר אסאך; זאג איין ווארט "באשעפער" און דו האסט שוין פארדינט מער פון א ביליאן דאלער. זאג איין פרק משניות, איין פסוק חומש, אדער עטליכע שורות גמרא, און דאס וועט דיר בלייבן אויף אייביג.
 
אויב דו נעמסט אבער אריין דעם אויבערשטן בשעת'ן באריכטן, איז עס שוין גאר עפעס אנדערש. ווען דו פארסט און דו זעסט א פאטהאל און דו ווילסט טון א מצוה, א חסד מיט א צווייטן איד, און מקיים זיין די מצוה פון השבת אבידה כדי יענער זאל נישט שאדן האבן קיין געלט — דאס זענען שוין באמת אסאך פוינטס, און דאס לוינט זיך זיכער.
 
אבער אויסער דעם, סתם צו באקומען פוינטס, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס. וואס מען קען אבער יא זען דערפון, איז די כח פון א גוט ווארט. די כח פון א "וואַו" – מיליאנען מענטשן זענען גרייט זיך איינצושטעלן און אפילו באקומען א טיקעט (ווייל לעגאל טאר מען נישט אנרירן דעם טעלעפאן ביים דרייוון), אבער עס לוינט זיך אים, ווייל ער גייט באקומען א העכערע ראנג ביי "וועיז" און זיין סטאטוס גייט זיך הייבן. ווען איינער הייבט אן צו נוצן וועיז, איז זיין סטאטוס א "בעיבי וועיזער", ער קען אבער שטייגן צו א "וועיזער", דערנאך צו א "נייט וועיזער", און דער העכסטער טיטל איז א "ראיאלטי וועיזער". "דו ווייסט ווער איך בין? איך בין נישט סתם אבי ווער, איך בין א יש, איך בין א ראיאלטי וועיזער!"
 
דעם טריק קענען מיר אויסנוצן אויף א פאזיטיוון אופן: צו געבן גוטע ווערטער פאר אלע אונזערע ארומיגע און זען די שיינע זאכן ביי זיי, בפרט ביי די ווייב און קינדער. "וואו, דו ביסט אזא צדיק, דו דאווענסט אזוי שיין!" און די קינדער וועלן מיט'ן אויבערשטענס הילף אויסוואקסן ערליך, געזונט און גוט.
 
און קאמפאניס נוצן טאקע די עצה פאר זייערע אייגענע בענעפיטן. זייער ציל איז געלט, און כדי מען זאל זיך קענען פארלאזן אויף זייער עפפ, מוזן זיי האבן באנוצער וואס באריכטן. אנשטאט צו באצאלן מיט געלט, געבן זיי עפעס וואס איז אסאך מער ווערט פון געלט: עטענטשן.
 
דערפאר מיין טייערער חבר, אנשטאט צו שטיין און רעפארטן יעדע זאך, און באקומען נאך א 'וואו', זיי ענדערש דו דער וואס טיילט ריווארדס; געב פוינטס פאר אלע דיינע ארומיגע, און דו וועסט האבן א זכות מחזק צו זיין אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה און אין יראת שמים.
 
גרשון קרעמער