עס איז נישט מעגליך זיך צו האלטן פריש, אן הערן התחזות ווידער און ווידער, ווען עס גייט דורך א וואך וואס מען האט נישט געעפענט אן עצתו אמונה דערקענט זיך עס אויף א אינגערמאן. דאווענען מיט מנין דארף חיזוק, מען פארגעסט זיך אז קיינער קומט מיך גארנישט, דער אויבערשטער זעט אויס אין מח ווי עפעס א הויכע ווייטע זאך, די טעגליכע מצוות ווערן מצות אנשים מלומדה, עס ווערט נעבעך לעול ולמשא, און מען הייבט אן דמיונען אז ביי יענעם געפינט זיך דאס גליק.
 
יעדע וואך באקומען מיר די הערליכע מתנה פונעם ראש ישיבה, א פרישע אוצר פון בריוון געשריבן פאר "מיר", מיר צו מחזק זיין מעודד זיין, משמח זיין, איך זאל טרעפן דאס גליק ביי מיר, איך זאל זיין צופרידן, איך זאל אהיימגיין און איוועסטן אין "מיין" לעבן, אין מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין תורה, מיין תפלה, מיין אמונה.
 
און אז מען ווערט צואגעוואוינט צו א גוטע זאך, קען מען עס נעמען פאר "גרענטעד" מען מיינט אז עס "קומט אזוי". דערפאר איז פאסיג יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום אומגעהויערן נומער פון "פיר הונדערט" וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, זיך אפצושטעלן א רגע, און מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף וואס מיר פארמאגן.
 
ווי דער עורך מו"ה יואל מנחם גרשון הי"ו געבט אונז איבער, איז ער עדות אויף די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דערויף, דער ראש ישיבה שליט"א שטרענגט זיך אן יעדע וואך און געבט אוועק אומצאליגע שעות פאר אונז, צומאל בלייבט ער אויף ביז שפעט, און צומאל שטייט ער אויף גאר פרי פארטאגס, זיכער צו מאכן מיטן אויבערשטענס הילף אז אויך די וואך קומט ארויס א פרישע קונטרס, מיט א פרישע דאזע אקסיגען און חיות פאר אונז אלע.
 
דאס איז באמת נאר איין קליין פינטעלע פון די מסירת נפש וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק פאר אונז. און אז דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז יעצט גייט אן דער טשערידי קאמפיין, איז יעצט די צייט מיר זאלן ארויסגיין פון אונזער וועג און העלפן דעם ראש ישיבה באצאלן די חובות וואס ער האט זיך אנגעמאכט "פאר אונז".
 
דער ראש ישיבה האט געבעטן אז מען זאל פרובירן צו שאפן כאטש דאפעלט פון פאריאר, כדי ער זאל קענען ווייטער אנגיין. דער ראש ישיבה זאגט אז די חובות לאזן אים נישט שלאפן, און ער קען נישט ווייטער שלעפן די עול. דערפאר וועלן אנשי שלומינו פון היינט ביז דאנערשטאג יעדער איינער רופן זיינע באקאנט און שכנים און זיי מזכה זיין צו אינוועסטן אין די הייליגע צדקה.
 
און מיט דעם וועלן מיר ווייזן אביסל הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.