מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אויף זיינע פילע חסדים האבן אנשי שלומינו נארוואס אפגעצייכנט זיבן יאר, א גאנצע שמיטה, זינט דעם ליכטיגן טאג ג' ויקרא תשע"ו לפ"ק, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באוויליגט צו נעמען אויף זיך צו שרייבן יעדן טאג א מכתב יומי, און פרטיות'דיג בריוון און שאלות ותשובות תלמידים און לכל דורש ומבקש. וואס איז שוין היינט צוטאגס תודה לא-ל באוויסט אין די גאנצע וועלט מיט'ן נאמען "עצתו אמונה" און "איש אמונות", דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן די כוחות און מעגליכקייט צו שרייבן ווייטער און אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה.
 
ברוך ה' יעצט ווען מען האלטן שוין ביי קונטרס נומער 295, האט מען אויפ'ן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א באקליידעט דעם קונטרס מיט א פרישע נייעם הערליכן דעקל, וואס וועט אוודאי ברענגען א פרישקייט צו ליינען די הערליכע בריוון פאר יונג און אלט.
 
אזוי אויך האט מען לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה צוגעלייגט צוויי און צוואנציג בריוון, וועלכע לויפט אויף פארשידענע נושאים לויט די סדר הא"ב, כדי צוצולייגן חומר צו ליינען אין די רואיגע יום טוב צייט און חול המועד.
 
אט איז דער בריוו ווי דער ראש ישיבה בעט מען זאל לייגן א נייע שיינע דעקל:
 
טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל.
 
איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות.
 
וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט.
 
איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש.
 
מערכת עצתו אמונה וואונטשט פאר אלע אנשי שלומינו און ליינער א חג כשר ושמח, מיט אמונה און תקוה אז מיר וועלן נאך היי יאר זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים עיר הקודש, אמן.