וועכענטליכע עצתו אמונה נעמט אן ספאנסארס
כה אדר ב' תשפ"ד 📝
די ששת ימי המעשה זענען שוין דורך, און דער שבת המלכה איז אנגעקומען, א מחיה, די שענסטע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געקענט געגעבן, מען האט אביסל צייט פאר זיך, מען קען זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער, מען קען פארברענגען אין שטוב ביים סעודה, און מיט די קינדער ביי אבות ובנים, מען כאפט אריין צו לערנען אביסל, און מען פילט זיך אן מיט פרישע געז פאר די קומענדיגע וואך דורך די "עצתו אמונה" קונטרס, וואס די געטרייע קרן הדפסה שיקט אפ ערליך כסדר, און מען שעפט זיך אן מיט עצות און חיזוק, וואס געבט כח צו גיין נאך א וואך.
עס איז ליידער דא ביי וועם די געשיכטע גייט אנדערש, שבת מיינט ביי זיי "דעס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט", "איך האב נישט קיין נערוון צו מיין ווייב", "וואו קען מען גיין צו א שלום זכור, א קידוש, א שבע ברכות".
מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר ווייסן פון אן אויסוועג. ווילאנג נעמט פון ווען מען הערט אויף צו הערן דעם קול פונעם צדיק, אויב די בריוון פון עצתו אמונה ווערט ח"ו אלטע נייעס, מען הייבט אן טראכטן "נאכאמאל די זעלבע זאך", "נאכאמאל רעדן שיין צו די ווייב", "שכח אייבישטער", ביז ווען דער שבת זעט אויס ווי די צווייטע מעשה?
יעצט וועלן אנשי שלומינו באקומען די געלגענהייט צו קויפן די זכות פונעם קונטרס עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך אזוי ערליך, דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו ענטפערן די פילע אנפרעגער, און די מכון עצתו אמונה מיט די קרן הדפסה געבן זיך אפ געטריי עס מסדר צו זיין און אפדרוקן הערליך און קלאר, אז עס זאל זיין כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און געבט חיות פאר טויזנטער אידן.
כדי צו דעקן די הוצאות און איינוועגס געבן די געלעגענהייט פאר אונז אלע צו קענען קויפן דעם גרויסן זכות, וועלן אנשי שלומינו באקומען די מעגליכקייט ווערן די "ספאנסער פון די וואך", וואס וועט ווערן ארויפגעדרוקט אויפן דעקל מיט שיינע גרויסע אותיות. צו סיי וועלכע געלעגענהייט, במקום סעודת הודאה, לרגל א שמחה, א זכות פאר א ישועה, אדער סיי ווען, רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און כאפט דעם זכות פון א קונטרס ווילאנג די אויסוואל פון וואכן איז נאך גרויס.