ווענעזועלע פרעזידענט פארכאפט דורך אמעריקע
טו טבת תשפ"ו 📝
אין א דראמאטישן און אומגעראכטענעם שריט, האט די אמעריקאנער רעגירונג דורכגעפירט א מיליטערישע אפעראציע אינמיטן דער נאכט אין ווענעזועלע, וואס האט רעזולטירט מיט דעם כאפן פון פרעזידענט ניקאלאס מאדורא און זיין ווייב.
די אמעריקאנער רעגירונג האט באשולדיגט מאדורא אין זיין פארמישט אין נארקא-טעראריזם און דראג-האנדל. מאדורא איז געווארן טראנספארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן וואו ער גייט ווערן געשטעלט פארן געריכט מיט קלאגעס קעגן אים. ווענעזועלע'ס צייטווייליגע רעגירונג און אזוי אויך פילע לענדער האבן פארדאמט די אקציע אלס אן אומלעגאלן שריט.
פרעזידענט טראמפ פון זיין זייט האט געמאלדן אז די פאראייניגטע שטאטן וועלן צייטווייליג פירן ווענעזועלע צו פארזיכערן א גלאטן איבערגאנג, אריינגערעכנט נעמען קאנטראל פון איר אויל אינפראסטרוקטור.
די אפעראציע, מיטן קאוד-נאמען "אפעראציע אבסאלוט ריזאלוו", איז לויט באריכטן געפלאנט געווארן פאר חדשים דורך דעם אמעריקאנער מיליטער, מיט דער באטייליגונג פון ספעציעלע כוחות איינהייטן און סי איי עי שטיצע.
פארגאנגענעם שבת פרשת ויחי אומגעפער 2:00 פארטאגס לאקאלע צייט, האבן די פאראייניגטע שטאטן געלאזט א קאארדינירטן נאכט אטאקע אויף וויכטיגע פלעצער ארום דער הויפטשטאט קאראקאס, אריינגערעכנט מאדורא'ס שטארק פארזיכערטע רעזידענץ.
מער ווי 150 פליגערס, אריינגערעכנט פייטער דזשעטס און העליקאפטערס, זענען געווארן אריינגעשטעלט צו נייטראליזירן לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען און צו פארזיכערן דעם געגנט. אויפרייסן און לופט אטאקעס האבן געצילט אויף ווענעזועלישע מיליטערישע פאזיציעס און פארטיידיגונגען, אויסטרעטנדיג א מער זיכערן וועג פאר די אמעריקאנער כוחות וואס האבן נאכגעפאלגט.
די אמעריקאנער ספעציעלע קרעפטן, וואס זענען באשטאנען פון עליטע איינהייטן בראש פון די דעלטא פארסעס, זענען דערנאך אראפגעקומען מיט העליקאפטערס און האבן זיך שנעל אהינגעיאגט צו מאדורא'ס פאלאץ, וואס פרעזידענט טראמפ האט באשריבן אלס א שטארק-באוואכטע "פעסטונג".
טראצדעם וואס עטליכע העליקאפטערס זענען געקומען אונטער פייער, האבן די אמעריקאנער פליגערס צוריקגעשאסן, און אלע זענען צוריקגעקומען בשלום. מאדורא האט פרובירט צו אנטלויפן צו א זיכערן צימער, אבער ער איז געכאפט געווארן איידער ער האט געקענט זיך באהאלטן, און ער איז גענומען געווארן אין געפענגעניש דורך די אמעריקאנער כוחות.
נאך די פארכאפונג, האבן העליקאפטערס אים טראנספארטירט צו אן אמעריקאנער שיף. פון דארט האט א פליגער זיי גענומען צום מיליטערישן באזע אין אונזער שכינות'דיגן סטוארט עירפארט אין ניו יארק.
מ'ערווארט אז זיי וועלן אויסשטיין פעדעראלע קלאגעס אין די פאראייניגטע שטאטן, בעיקר אין פארבינדונג מיט אנגעבליכע נארקא-טעראריזם און דראג-פארלעצונגען.
פרעזידענט טראמפ האט עפענטליך באשטעטיגט דעם ערפאלג פון דער אפעראציע, זאגנדיג אז דאס וועט אנהויבן א טראנזיציע אין ווענעזועלא און מעגליך ערלויבן פאר די פאראייניגטע שטאטן צו פירן דאס לאנד צייטווייליג.
דער יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט א קלאגע קעגן מאדורא און זיין ווייב אין די אמעריקאנער געריכטן, צושטעלנדיג די לעגאלע באזיס פאר זייער ארעסט און משפט אין די פאראייניגטע שטאטן.
דער יו.ען. סעקיוריטי קאונסיל האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג אז די פארכאפונג איז נישט געווען לעגאל. אזוי אויך האבן עטליכע לענדער, אריינגערעכנט כינע, רוסלאנד, און קאלאמביע, קריטיקירט די אפעראציע אלס א פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלע געזעץ.
אן אריינגיין צי די אמעריקאנער אקציע איז יא אדער נישט געווען לעגאל, וואס דאס מאכט באמת נישט אויס פאר אונזער לעבן, קען מען אבער זען פון דא אז סוף גנב לתליה, דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אפילו עס זעט צומאל אויס ווי דער גנב איז מצליח, עס גייט אים גוט, ער אונטערדרוקט, ער פייניגט, ער לעבט אין רייכטום און שוואוליטאג בשעת זיין לאנד בלוטיגט אויס, פירט דער אייבערשטער די וועלט, און דער וואס טשעפעט און טרעט אויף א צווייטן באקומט צום סוף זיין פארדינטע שטראף.
עס גייט דיר גוט? ביסט שטארק? ביסט א ביזנעס מאן? ביסט א גבאי? האסט סיי וועלכע ממשלה, נוץ אויס דיין פאזיציע צו העלפן אנדערע. און אפילו אויב דו מוזט ארויסווארפן אן ארבעטער, דערנידער אים נישט, שריי נישט אויף אים. ביסט טאקע שטערקער, אבער זיי נישט אזוי פארזיכערט מיט דיין שטארקייט. דער אייבערשטער שטייט און קוקט אויף אונז וואס מיר טוען.
לאמיר בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קיינמאל נישט זיין פון די וואס טוען וויי א צווייטן, בפרט צווישן אנשי שלומינו דארף מען זייער אכטונג געבן צו ליב האבן יעדן איינעם, ווייל נאר אזוי וועלן מיר קענען מצליח זיין צו אריינברענגען דעם אייבערשטן אין די גאנצע וועלט און ברענגען מיט דעם משיח צדקינו.