ווער איז דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט?
יח שבט תשפ"ו 📝
"ווער אימער עס האט געזאגט אז געלט קען נישט קויפן קיין פרייליכקייט, האט עכט געוואוסט וואס ער רעדט 😔," אזוי האט אילאן מאסק, דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, היינט געשריבן.
ווער פונקטליך איז דאס אילאן מאסק? פאר אונז פארמאגט ער נישט קיין שום ספעציעלע באדייט מער ווי יעדער אנדערער מענטש. ער איז א פשוט'ער בשר ודם, ער האט א פאמיליע, ער פירט א ביזנעס, און איין טאג וועט ער אויך שטארבן – פונקט ווי יעדער אנדערער מענטש. אבער אין דער גרויסער וועלט ווערט אילאן מאסק פאררעכנט אלס איינער פון די מערסט באקאנטע און איינפלוסרייכסטע פיגורן. ער איז א ביזנעסמאן און אן אנטרעפרענור, דער בעל הבית פון עטליכע ריזיגע קאמפאניס, צווישן זיי: "טעסלא", וואס פראדוצירט עלעקטרישע קארס; "ספעיס-עקס", וואס פראדוצירט ראקעטן; און נאך פארשידענע טעכנאלאגישע פראיעקטן אין די פעלדער פון קאמיוניקאציע און עי איי.
זיין השפעה אין דער אלגעמיינער וועלט גייט אסאך ווייטער ווי סתם ביזנעס. די וועלט, וואס מאכט א גאנצע עבודה זרה פון געלט, נעמט אויף יעדע זאך וואס ער זאגט אדער שרייבט, ספעציעל אויף סאשעל מידיא, מיט דער גרעסטער מאס וויכטיגקייט. מען קוקט אויף אים ווי אויף איינעם וואס קען טוישן גאנצע אינדוסטריעס מיט בלויז איין ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל.
וויפיל געלט פארמאגט ער? לויט די לעצטע שאצונגען איז ער ווערט בערך 180 ביליאן דאלאר, וואס דאס מאכט אים פאר'ן מענטש מיט'ן גרעסטן פארמעגן (מיר האבן בכוונה נישט געשריבן "דער רייכסטער מענטש", ווייל דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט בין איך) – א פארמעגן וואס איז מער ווי דריי מאל אזוי סאך ווי דער נעקסטער מענטש אויף דער ליסטע פון די גרעסטע גבירים.
און יא, אילאן מאסק, מיט זיין גאנצן כבוד, מאכט, עשירות און פרסום, שרייבט דאס אזוי קלאר און פשוט. אבער מיר דארפן נישט קוקן אויף אילאן מאסק; ער איז נישט אונזער וועגווייזער. אפילו אויב ער זאל שרייען און אויסרופן אז נאר געלט קען ברענגען גליק, וואלט עס אונז נישט בארירט אפילו אויף א כי הוא זה. ווייל נאר וואס די תורה זאגט איז דער אמת; די גאנצע וועלט קען זאגן פארקערט, אבער די תורה קען מען נישט ענדערן אפילו מיט א קוץ של יוד.
איזהו עשיר? השמח בחלקו. אילאן מאסק קען נישט שלאפן אויף א גאלדענע מאטראץ, אפילו אויב ער קען זיך דאס ערלויבן. ער קען נישט עסן אדער טרינקען קיין גאלד; עס זעטיגט נישט זאט. און אפילו א גביר וואס עסט סטעיק און דזשערקי יעדן טאג און וואוינט אין א מיליאן-דאלערדיגן פאלאץ, איז נישט באמת גליקליך אויב ער עפנט נישט קיין משניות. א מענטש קען זיך נישט שפירן זאט אויב ער "טרינקט" נישט קיין תהילים יעדן טאג; מען קען נישט זיין צופרידן אויב מען טוט נישט קיין חסד פאר א צווייטן יעדן טאג.
אפילו אויב עס קוקט אויס אזוי גלאנציג און ציענדיג, איז עס נישט כדאי צו טוישן דיין לעבן פאר יענעמ'ס לעבן. ווייל אויב דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין חלק, אויב דו קרעכצסט אפ, האסט טענות אויפן אויבערשטן, וועט עס גארנישט העלפן. אפילו אויב דו וואלסט באקומען אלעס וואס יענער האט, וואלסטו נאך אלץ געזען וואס עס פעלט דיר.
די איינציגסטע עצה איז נאר צו לעבן מיטן אויבערשטן, און זען זיינע חסדים אין דיין יעצטיגן לעבן. אפילו מיט דיינע שוועריגקייטן, זוך אויף די פינטעלעך גוטס און הייב אן זיך צו פאקוסן דערויף; הער אויף צו קרעכצן, הייב אן זאגן "יישר כח אויבערשטער" אויף יעדן אטעם וואס דו כאפסט, הייב אן צו דאנקען אז דו ביסט אן איד. און דעמאלטס וועסטו זיין דער רייכסטער מענטש אין דער גאנצער וועלט.