ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט
כ שבט תשפ"א 📝
די וועלט זאגט אז מען דארף טון (אדער נישט טון) פארשידענע זאכן כדי צו טרעפן א שידוך. "מ'דארף אויסזען אזוי, גיין אזוי, לערנען דארף מען דוקא אין דער און דער מצויינים ישיבה. ווייל נאר אזוי וועסטו טרעפן א גוטע שידוך". דער ראש ישיבה אבער, לערנט אויס פאר זיינע תלמידים אז עס נישט אזוי. מען דארף נאר קוקן וואס קענסטו טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן. און געדענקען אז עס קען נישט זיין מען זאל האבן א שאדן פון טון דעם רצון ה'.
אויפן בילד פון קעפל - וואס איז גענומען געווארן מיט צוויי יאר צוריק - זעט מען אכט בחורים וואס זענען פרייליך מיט די זכיה אז זיי קענען ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות, ביי א "מסיבת הכרת הטוב" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט פאר די בחורים וואס דרייוון פאר די מוסדות.
די אלע בחורים האבן פלייסיג געלערענט אין ישיבה, און אויסערדעם זיך אויסגעצייכענט מיט גוטע מידות, און צוגאב צו דעם האבן זיי ספעציעל גענומען דרייווערס לייסענס, כדי זיי זאלן קענען אין די פרייע צייט אביסל העלפן די הייליגע מוסדות.
און ברוך ה', היינט זען מען ווי דער אויבערשטער האט זיי זייער שיין באצאלט, ווען יעצט מיט צוויי יאר שפעטער האבן זיי שוין אלע ב"ה זייער גוט חתונה געהאט, אויסער איינער - וואס איז שוין ב"ה אויך א חתן. אלעס אין זכות פון העלפן די הייליגע מוסדות.