ווי שוין באריכטעט א צייט צוריק האט זיך די קרן הדפסה אונטערגענומען דעם געוואלדיגן פראיעקט פון דרוקן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף חינוך אין א ספר.
 
די שיעורים זענען גאר שטארק אויפגעכאפט אויף דער וועלט, טויזנטער אידן, צווישן זיי טאטעס, מאמעס, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אלע וואס האבן נאר געהערט די שיעורים זאגן עדות אז עס האט געטוישט זייער בליק אויף חינוך, עס האט זיי געגעבן א פרישע חיות און געשמאק און חינוך, און זיי אויסגעקלארט וואס איז די אויפגאבע וואס דער אויבערשטער האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי שפירן א זכי' צו קענען אויספירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, און איבערגעבן די ריינע אמונה, אויפבויען די קינדער פיזיש און גייסטיש, און אנגרייטן דעם קומענדיגן דור פון געטרייע סאלדאטן אינעם אויבערשטענ'ס ארמיי.
 
דער צווייטער באנד וועט הייסן "מהדרות זוסמאן", אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה אשר לעמל זוסמאן ני"ו וואס האט געהאט די זכי' אפצוקויפן דער זכות. מען קען נאך קויפן זכותים פון פרקים. דער ספר פארמאגט 15 פרקים און צען זענען שוין אויסגעכאפט, איר קענט נאך זוכה זיין צו קויפן איינע פון די 5 איבערגעלבענע פרקים פאר בלויז טויזענט דאלער.
 
יעדער פון אנשי שלומינו - וועט אבער זיכער מאכן נישט ארויסצופאלן פון קויפן לכל הפחות א זכות אינעם ספר. פאר בלויז $500 קענט איר באקומען א זכות אינעם ספר, וואס דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט וואס איר קענט נאר מאכן, אן אינוועסטמענט וואס וועט וואקסן נאנסטאפ, און דער זכות וועט אייך זיכער אנטקעגן קומען בזה ובבא.
 
רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו צו קויפן א זכות אויף 347-578-4449.