נאך דעם גאנצן כאאטישן וואל-סעזאן, ווען די גאנצע שטויב האט זיך שוין געזעצט און די קולות זענען שטיל געווארן, איז דער מוסלמענער גוי, מאמדאני, איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 111טער מעיאר פון דער גרויסער שטאט ניו יארק.
 
עס איז א וואונדער וויאזוי מען זעט נאך די קארס פארן, מען זעט נאך פליגערס זיך הייבן, פאבריקן און געשעפטן גייען אן, בשעת דער עקסטרעם לינקער סאשעליסט איז שוין מעיאר פאר איבער א וואך.
 
עס דערמאנט אונז פון די נייעס אין אמעריקע ווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג האט דער גאנצער סענאט זיך צוזאמגעזעצט און מען האט זיך ארומגעשלאגן צי מען דארף יא אדער נישט איבערפאלן מאדורא, דעם פירער פון ווענעזועלע. די דעבאטעס זענען געפלויגן אויף די העכסטע טענער, "אונז אין די הויכע פענסטער גייען באשליסן."
 
איין מינוט רבותי, דער מאדורא זיצט שוין לאנג אין אונזער בעק-יארד, מ'איז אים שוין לאנג איבערגעפאלן, מ'האלט שוין אלעס נאך אלעמען. עס איז א שאד די אלע זיצונגען, מען פארברענגט צופיל צייט אויף נארישקייטן.
 
ווי לאנג דו טענה'סט זיך ארום צי מ'האלט יא, מ'האלט נישט, צי דער דרך הלימוד קומט יא פון רבי'ן אדער נישט. רבי איד, אין דער זעלבער צייט האב איך שוין לאנג געלערנט עטליכע דפים גמרא, ח"י פרקים משניות, איך ענדיג כל התורה כולה. וועקט אייך אויף, פארוואס פארברענגסטו דיין צייט אויף נארישקייטן? מאמדאני איז אן אנטיסעמיט? איך הער וואס דו זאגסט, אין דער צייט האב איך געענדיגט מעביר סדרה זיין, בשעת דו פרובירסט אויפצואווייזן פאר דיין חבר אז ניו יארק וועט באלד אויסזען ווי ווענעזועלע דורך דעם סאשעליסט מעיאר.
 
יעצט בשעת זיי רעדן פון זאכן וואס מאכן גארנישט אויס, רעד איך צום אויבערשטן. איך בעט זיך איבער מיט אים, איך זאג אים צו אז איך וועל שוין זיין גוט, און האב נישט קיין טענות צו אים. דו קענסט זיך אויך מיטכאפן מיטן באן. קומסט?