שאלה:
א גרויס שניי האט זיך אראפ געלאזט אויף אונזער געגענט, און האט איבערגעלאזט א הערליכע ווייסע צודעק, בשעת'ן שניי זעט מען די טראקס פון די שטאט פארט ארום און שפרייט אויס זאלץ אויף אלע גאסן, און די שניי פון די ראודס ווערן צולאזט, און איך וואונדער מיר וויאזוי ארבעט דאס?
ש. דרעזנער
 
ענטפער:
מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז די שניי וואס ער געבט אונז איז ווייס, אזוי שיין לעכטיג און הערליך, שטעלט זיך פאר ווען שניי זאל ווען זיין סיי וועלכע אנדערע קאליר, עס וואלט געווען אזוי אומעטיג און אומבאטעמט.
 
לאמיר פרובירן אריינצוגיין אין די וועלט פון די אייז, אריינקריכן טיף צווישן די פיצעלע טראפקעלעך ("מאלעקיולס" אין די סייענטיפישע שפראך) וואסער וואס איז יעצט אייז. די טראפקעלעך וואסער ווען זיי ווערן קאלט שפארן זיי זיך איין איינע מיט'ן צווייטן, זיי כאפן זיך גוט אן אזוי ווי קינדער וואס פארבינדן איין לעגא שטיקל מיט'ן צווייטן. דאס זעען מיר אלס "אייז". ווען מען לייגט צו זאלץ ("סאדיום") צו וואסער, איז עס אזוי ווי מען שטיפט אריין אויל צווישן איין שטיקל וואסער אינעם צווייטן, און די וואסער קען זיך מער נישט אזוי גוט אנכאפן און ברעכן זיך אפ איינע פונעם צווייטן, און ווערט "וואסער". אבער אויב ווערט צו קאלט, אונטער 15 פערנהייט (מינוס 9 צעלציוס), ווערט די זאלץ אליינס אויך פארפרוירן און עס העלפט שוין כמעט נישט.
 
יעדער פארשטייט אז פאר א טאפ זופ, לייגט מען צו א ביסעלע זאלץ און דער זופ איז א מחי', שטעלט אייך פאר - האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט - אז מען זאל נעמען א טאפ זופ, און אריינלייגן דערין אביסעלע וואסער, איז עס דאך נישט אין מויל צו נעמען. די זעלבע זאך האט ער געזאגט איז מיט התחזקות; א טאטע אדער א מלמד קען זיך וואונדערן פארוואס העלפט נישט מיין מוסר, פארוואס רעד איך צו א וואנט, זאגט אויף דעם רבי נתן, אז כדי דיין מוסר זאל האבן א גוטן טעם, מען זאל עס קענען אראפ שלינגען מוזטו צושטעלן א טאפ התחזקות, ווייל אויב געסטו פאר דיין קינד א טאפ מוסר, מיט א ביסעלע חיזוק איז עס נישט אין מויל צו נעמען, מען קען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה.
 
מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז היינט איז דער דור נאך אסאך מער הייקל פון רבי נתן'ס צייטן, היינט איז א טאפ חיזוק נישט גענוג, מען דארף טוישן די רעסעפי, היינט דארף מען צושטעלן א טראק מיט התחזקות פאר יעדע לעפל מוסר, און מיט אסאך תפלות וועלן מיר זוכה זיין צו האבן וואוילע קינדער.
 
וואס טוט מען אז די טעמפעראטור ווערט זייער קאלט, האט אויף דעם דער אויבערשטער צוגעשטעלט אן אנדערע מינעראל מיט'ן נאמען קאלסיום קלארייד, קאלסיום (וואס זעט אויס ווי קליינע ווייסע באליס - אזוי ווי קאטעדזש טשיז) ארבעט אסאך בעסער און אסאך שטערקער ווי אייז, עס קען צולייזן שניי ביז אזוי נידעריג ווי 25 אונטער זירא (32 מינוס צעלציוס) וועט עס נאך ארבעטן. אזוי אויך איז דא מאגניזיום קלארייד וואס ארבעט ביז 15 אונטער זירא.