זוהר הקדוש מיטן פירוש פון ראש ישיבה שוין דא צו באקומען אויף סובסקריבשאן
כח תמוז תשפ"ב 📝
אין די לעצטע וואכן האבן שוין פילע געהאט די געלעגענהייט צו לערנען אין די נייע וועכענטליכע קונטרסים "חזית איש" וואס איז א הערליכע פירוש פון ראש ישיבה פול מיט פערל ווערטער אויף די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אינעם זוהר. די פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס ווערט געדרוקט יעדע וואך אינעם קרן הדפסה האבן דאס שוין באקומען וועכענטליך אינאיינעם מיט זייער פריים פעקל וואס זיי באקומען צוגעשיקט צום טיר; אויך גייט יעצט אן א פראמאושען אז אלע וואס שרייבן זיך איין ביז חמשה עשר באב צו באקומען וועכענטליך דעם הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלן באקומען דעם וועכענטליכן "זוהר" קונטרס בחנם פאר דריי חדשים אינאיינעם מיט זייער סובסקריבשאן.
דער קונטרס - זאגן אלע - איז מחיה און מעודד די וואס לערנען דערין, דער ראש ישיבה ערקלערט אזוי זיס די ווערטער פון הייליגן זוהר, וואס האלט אין איין ארויסברענגען די שיינקייט פון די תורה, די זיסקייט פון אידישקייט, און ווי שטארק דער אייבישטער האט ליב יעדן איד, און ווי השי"ת איז זיך משתשע און טשאטשקעט זיך מיט יעדע ווארט וואס א איד רעדט צו אים.
יעצט איז געקומען די גוטע נייעס, אז דער סובסקריבשאן אפציע איז שוין געווארן געעפענט פאר אלעמען. פארבינדט זיך שוין מיטן קרן הדפסה דורך רופן אדער טעקסטן 845-640-1743, אויף וואטסעפ קען מען זיך ווענדן צום נומער 845-747-0832.
בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי' (זוהר נשא)