זומער אפדעיטס פון "קרן הדפסה"
יח סיון תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
אין די יעצטיגע טעג קומען טוט זיך לעבעדיג אין די קארידארן פון קרן הדפסה היכל הקודש, מען ארבעט שווער צוגרייטן צום דרוק פילע נייע ספרים און קונטרסים, ווי אויך טוט מען איבערדרוקן אלטע ספרים און קונטרסים, כדי נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ציבור אנשי שלומנו בכלל און פון די טייערע מפיצים בפרט.
יעצט ביים אנפאנג זומער, ארבעט מען הויפטזעכליך אויף קונטרסים וואס זענען מער פאפולער אין די זומער טעג, ווען אידן זוכן חיזוק פאר די נסיונות וואס דער זומער ברענגט מיט זיך, אבער מען ארבעט אויך אויף נאך פארשידענע פראיעקטן.
טייל פון די פילע פראיעקטן מיט וואס די טייערע עוסקים במלאכת הקודש זענען יעצט פארנומען:
* לוח ברסלב תשפ"ז: מען ארבעט שוין העפטיג אויף די פאפולערע לוח ברסלב פארן קומענדיגן יאר תשפ"ז הבעל"ט, אזוי אויך ארבעט מען שוין אויף די גרויסע ווערסיע פונעם לוח, דער וואנט לוח.
ביזנעס אייגנטומער קענען נאך יעצט אויסנוצן די געלעגנהייט צו אדווערטייזן זייערע געשעפטן, וואס וועט געזען ווערן דורך אנשי שלומינו כמעט יעדן איינציגן טאג.
* עס איז יעצט נארוואס ארויס פון דרוק א נייע קונטרס "חיזוק און עצות וויאזוי זיך צו האלטן ערליך דורכאויס די נסיונות פון די זומער טעג" געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט עצות און הדרכות פאר די זומער טעג ווען די נסיונות פון שמירת עינים זענען גאר שטארק, און נאר מיט די חיזוק פונעם רבי'ן קען מען עס ביישטיין.
* פרישע קונטרסים אין די "אויגן סעריע": צום בעפארשטייענדיגן זומער סעזאן האט מען אין די לעצטע שטיק צייט איבערגעמאכט עטליכע קונטרסים פון די "אויגן סעריע" פון מוהרא"ש זי"ע וואס רעדט איבער שמירת עינים. יעצט ארבעט מען איבער דעם באקאנטן קונטרס "ליכטיגע אויגן" עס ארויסצוגעבן אין א גרויסן און שיינעם פארמאט.
* ספר שמירת הזמן אויף ענגליש: די ארבעט אויף די ענגלישע איבערזעצונג פונעם הערליכן ספר פון מוהרא"ש זי"ע שמירת הזמן האלט שוין אט ביים ענדע, און עס ווערט שוין כמעט גרייט צום דרוק. מען קען נאך כאפן א זכות אינעם ספר, איידער עס גייט ארייין אין דרוק.
אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די עבודת הקודש און זוכה זיין צו האבן א טייל אין דער הייליגער ארבעט פון דערמאנען א איד אז עס איז נאך יא דא א וועג פאר אים — אפילו נאך אלעס וואס ער איז אריבער און אפילו אין דער היינטיגער שווערער וועלט; דער אויבערשטער האט נאך נישט באנקראטירט, ער דארף דיך נאך אלץ, און דו קענסט גרינג צוריקקומען און אנהייבן פון פריש — זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה אויף 347-578-4449. כאפט אריין! דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען געהאלפן צו ווערן מיט אלעס גוטס.
Polish