זיבן יאר פונעם שטעטל אפגעצייכנט
י סיון תשפ"ו 📝
אין די טעג ווערט אפגעצייכנט זיבן יאר פונעם דאטום י"ז סיון תשע"ט, ווען די ערשטע עטליכע משפחות מאנשי שלומינו האבן זיך אפיציעל אריינגעצויגן אינעם נייעם שטעטל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געגרינדעט.
עס האט דעמאלט אויסגעזען ווי א ווייטער חלום: א שטעטל? וואו, אינעם וויסטן ליבערטי? אבער געלויבט דעם אויבערשטן, מיט סייעתא דשמיא שטייט מען היינט בלויז עטליכע יאר שפעטער, און עס שפרודלט א הערליך בליענדע שטעטל וואו פילע משפחות אנשי שלומינו, יראים ושלמים, לעבן אינעם שויס פון דער נאטור אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אלעס איז ברוך השם געפאלן אין פלאץ, און עס פעלט גארנישט אינעם שטעטל, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
עס וואלט זיך באמת אויסגעפעלט מערערע ארטיקלען צו באשרייבן די פילע פעולות, מוסדות און ארגאניזאציעס וואס אפערירן מיט סייעתא דשמיא אינעם שטעטל. מיר וועלן דא אויסרעכענען בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל, און מיר האפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף אין די צוקונפט טאקע צו קענען מאכן א געהעריגע אפהאנדלונג און באשרייבן יעדן באזונדער מיט'ן ריכטיגן כבוד.
דאס שטעטל פארמאגט הערליך צוגעשטעלט אלעס וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. דאס שטעטל פארמאגט צוויי שולן וואו מען דאווענט טעגליך אינדערוואכן: די צענטראלע שול געפינט זיך אויף האשקי רד. און דינט ווי א מנינים-צענטער מיט כסדר'דיגע מנינים שחרית, מנחה און מעריב; און די צווייטע געפינט זיך אין די נייע געגנט פונעם ווילעדזש, אינעם בנין פונעם תלמוד תורה. אזוי אויך פארמאגט דאס שטעטל א גרויסן לופטיגן היכל התורה צום לערנען, וואו דער קול תורה הילכט אפ במשך רוב שעות פון טאג און נאכט. דאס שטעטל פארמאגט פיר מקוואות טהרה, א גרויסן תלמוד תורה און א מיידל שולע וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט יראת שמים און מידות טובות, א ישיבה פאר די בחורים, א סעמינאר פאר מיידלעך, א כולל פאר די אינגעלייט, א אינגל קעמפ, א מיידל קעמפ און א קאנטרי פאר שטאטישע משפחות. א גרויסע בית הדפוס מיט'ן מכון "עצתו אמונה", א מהודר'דיגע מצה בעקעריי, א בית הוראה בראשות פונעם דיין שליט"א, א קאמפיוטער קיאסק, א וועד הכשרות. דאס שטעטל פארמאגט אן עירוב וואס ציעט זיך מיילן לאנג, וואו געטרייע מלמדים געבן זיך אוועק יעדע וואך עס איבערצוקוקן און בודק צו זיין, און א בית השחיטה מיט פיר אויסגעצייכענטע שוחטים יראי ה'. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען העפטיג צו בויען פרישע בנינים פאר'ן חדר און פאר דער מיידל שולע, און מען ארבעט אויך אויף צו קענען גרינדן א בית החיים.
ווער רעדט נאך פון די ימים טובים און די געהויבענע טעג אין שטעטל, ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט ארויס און מען לעבט ממש מעין עולם הבא. מען הערט זיך צו צום ראש ישיבה וואס דערמאנט כסדר אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און נאר אויב מען לעבט מיט אמונה קען מען האבן א זיס און געשמאק לעבן דא אויף דער וועלט. אנגעהויבן פון די זומער טעג ווען דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך אין שטעטל און מען איז נהנה פון די שיינע שיעורים יעדן טאג און יעדן שבת, און דערנאך די געהויבענע ימים טובים ווי סוכות, חנוכה, פסח, ל"ג בעומר און שבועות - וואס מען דארף גארנישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א יום טוב במחיצת פונעם ראש ישיבה.
דער חסד וואס טוט זיך אפ אין שטעטל איז אין לשער ואין לתאר; כמעט יעדער איינער אין שטעטל נעמט אן אקטיווע טייל אין איינע פון די פילע וואלונטיר ארגאניזאציעס. למשל, "שעוות אסירים" וועלכע גייען כסדר באזוכן ארעסטאנטן אין די תפיסות; "ביקור חולים" שיקט טעגליך פרישטאג און נאכטמאל פאר קימפעטארינס און אנדערע נויטבאדערפטיגע; "הצלה" פארמאגט צענדליגער וואלונטירן און פאראמעדיקס וואס לויפן כסדר אויף הצלת נפשות קאלס; די פייער דיפארטמענט פארמאגט היימישע וואלונטירן; און פילע "חברים" און "חביבים" מעמבערס געבן כסדר אוועק צענדליגער שעות צו העלפן א איד אין נויט. דער "בית התבשיל" פארמאגט פילע וואלונטירן וואס זענען מסדר וועכנטליכע חלוקות פון עסן בחנם, ווי אויך קמחא דפסחא און תומכי שבת פאר יעדן וואס דארף. פילע פרויען געבן אוועק צענדליגער שעות וועכנטליך פאר איינע פון די צוויי באזארן — פאר קליידער און פאר מעבל — וואו מען פארקויפט אלעס כמעט בחנם, אדער צו העלפן אינעם קימפעטארין היים. פילע אינגעלייט געבן זיך אוועק צו שרייבן פארן "בלעטל" צייטונג, כדי דער עולם זאל האבן ערליכע לייען מאטריאל פאר מענער, פרויען און קינדער.
פון א גשמיות'דיגן בליק פארמאגט דאס שטעטל א גוט אהערגעשטעלטע שאטל סערוויס צו טראגן מענטשן פון איין געגנט צום צווייטן. די אינגעלייט און בעלי בתים שטעלן זיך אויך ב"ה גוט אוועק מיט פרנסות; דאס שטעטל פארמאגט פילע געשעפטן פאר אלע געברויכן, פון ספרים, קליידער און שפילצייגן, ביז א גרויסן סופערמארקעט און נאך. אזוי אויך טוען פילע אינעם קאנסטראקשן ליין, און עס זענען דא פילע האלסעיל און סערוויס ביזנעסער.
אבער דער עיקר פונעם שטעטל איז נישט די כמות, נאר די איכות. אינגעלייט, בחורים, קינדער, פרויען און מיידלעך לעבן אלע מיט א תכלית; זיי לעבן מיט א ציל צו דינען דעם אויבערשטן און נאר אים צו געפעלן. מען געדענקט אז כדי צו האבן א גוט לעבן דארף מען אויפבויען א גוטע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן, ווייל אויב מען האט א גוטע קאנעקשאן איז מען א געהאלפענער. אויף דעם וועג וועט מען בעז"ה ווייטער גיין ביז משיח צדקינו.
אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.