די זיבן קאנטינענטן
כח טבת תשפ"ד 📝
ווען מען רעדט איבער די קאנטינענטן, וועלן מיר געבן א דין קדימה פאר אייראפע. פארוואס? פשוט ווייל רוב רובם פון כלל ישראל האט זיך געדרייט דארט אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנגעהויבן פון שפאניע, פארטוגאל, דייטשלאנד, אונגארן, רוסלאנד, פוילן און אזוי ווייטער, זענען געווען הונדערטע שטעט און שטעטלעך אנגעפילט מיט קהילות הקודש פשוטע אידן און צדיקים וקדושים וואס האבן געקערט וועלטן.
אבער איידער מיר גייען אריינגיין אין די קאנטיענטן, לאמיר אים באטראכטן, וואס ביסטו קאנטינענט? וואס איז דאס אנדערש פון א לאנד אדער שטאט? לאמיר א קוק טאן אויפן כדור הארץ: בערך צוויי דריטל פונעם באלי איז באדעקט מיטן אקעאן. דאס מיינט אז די יבשה מיט אלע לענדער דערין איז נישט מער פון בערך איין דריטל שטח פון די וועלט. אבער די יבשה איז נישט אלעס אויף איין פלאץ, עס איז צוטיילט אין עטליכע ריזיגע שטיקער "אינזלען", וואס די פילע פעלקער פון די וועלט שלאגן זיך ארום דערויף ווער זאל הערשן וואו.
עס איז אנגענומען איינצוטיילן די יבשה אויף זיבן קאנטינענטן. אזיע, אפריקע, צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, אנטארטיקע, אייראפע, און אויסטראליע. אבער וויבאלד די קאנטינענטן אזיע, אפריקע און אייראפע זענען פאקטיש פארבינדן אלץ איין יבשה, אזוי אויך ביידע אמעריקעס זענען פארבינדן, זענען דא וואס טיילן עס איין אין בלויז פיר. "אפרא-אייראָאַזיע", "די אמערקעס", "אויסטראליע" (אדער אשיאנא), און "אנטארטיקע".
אבער דאס איז נישט אנגנומען אויף די וועלט צוליב וואס אויב וואלט מען אזוי גערעכעט וואלטן געווען בערך 180,000 קאנטנענטן, פון די פילע קלענערע און גרעסערע אינזלען איבער די גאנצע וועלט.
יעדע קאנטינענט באשטייט פון ריזיגע שטחים פון וועלדער פעלדער בערג ימים טייכן און פעלקער ווען די פארשידענע קאנטינענטן זענען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע בעיקר מיט וועלכע פעלקער זענען דארט באוואוינט. אייראפע באשטייט פון די ווייסע פעלקער מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, אזיע איז באוואוינט בעיקר מיט די כינעזע-יאפאנעזע און אראבישע פעלקער, און אפריקע מיט די שווארצע פעלקער. צפון אמעריקע באשטייט בעיקר פון ענגליש אייראפעאישע אפשטאמיגע בראש פון די פאראייניגטע שטאטן, און דרום אמעריקע באשטייט בעיקר פון שפאניש אייראפעאישע. אויסטראליע ווערט אויך באטראכט אלץ אן ענגליש אפשטאמיגע קאנטינענט, און אנטארטיקע איז א פוסטע פארפרויענע קאנטינענט אן קיין שום לאנד אדער רעגירונג וואס זאל הערשן אויף די ריזיגע ליידיגע שטחים.
עס זענען פארהאן מענטשן וואס גלייכן צו פארן צו וואס מער לענדער און שטעט, כדי זיך נאכדעם צו קענען בארימען וואו אלץ זיי האבן שוין באזוכט, דער רבי אין שיחות הר"ן, סימן כח שרייבט שוין דערוועגן: עס איז גוט פארן מענטש דורך צו לערנען יעדן ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף דער וועלט.