זייגערס ווערן צוריק גערוקט מיט א שעה קומענדיגן מוצאי שבת קודש
יז חשון תשפ"ד 📝
קומענדיגן מוצש"ק אום איינס אזייגער וועט מען צוריק רוקן אין אמעריקע דעם זייגער מיט א שעה, און אנצייכענען צוועלף אזייגער, וואס מיט דעם וועט מען ענדיגן דעם "טאגליכט שפארן צייט" (דעילייט סעיווינגס טיים) וואס גייט אן אין אמעריקע במשך רוב יאר, און הייבט זיך אן ביים צווייטן מוצש"ק פון מאנאט מערץ למספרם און ענדיגט זיך ביים ערשטן מוצש"ק אין מאנאט נאוועמבער למספרם.
די ציל פונעם גערוקטן זייגער איז צו בענעפיטירן אלגעמיינע אמעריקאנער זאל קענען געניסן פון מער טאג ליכטיגקייט במשך די אלע חדשים פון זומער, דעריבער רוקט מען דעמאלטס צוריק די זייגער מיט א שעה כדי עס זאל ווערן טונקעלער מיט איין שעה שפעטער אויפן זייגער (אין אנדערע ווערטער טוט מען דערמיט שטופן מענטשן זיך צו לייגן א שעה פריער און אויפשטיין א שעה פריער) דאס קומט צוליב וואס אין די זומער חדשים ווערט זייער פרי ליכטיג, און מען האט געוואלט אז די שעות פארטאגס ווען עס איז שוין ליכטיג זאל אויך קענען גענוצט ווערן פראדאקטיוו.
אבער במשך די עטליכע ווינטער חדשים לוינט זיך שוין נישט דאס געשעפט וויבאלד עס ווערט זייער שפעט ליכטיג, און ווען מען האט עס אויספרובירט אין יאר 1794 למספרם אז מען האט געלאזט דעם זומער זייגער א גאנץ יאר האט זיך עס אויסגעשטעלט אלץ נישט פאסיג, מענטשן האבן געטענהט אז זיי מוזן גיין צו די ארבעט ווען עס איז נאך טונקל, און אז זייערע קינדער דארף גיין אין די שולעס זייער פרי פארטאגס.
די יעצטיגע איינשטעל אז די ווינטער זייגער איז בלויז פאר בערך פיר חדשים איז געווארן איינגעשטעלט אין יאר 2005 למס' דורכן דעמאלדסטיגן פרעזידעט בוש דער צווייטער, וואס ביז דעמאלטס איז די ווינטער זייגער געלאפן פאר בערך פינף חדשים.
עס זענען דא פילע אין אמעריקע וואס זענען קעגן די גאנצע געדאנק פון רוקן די זייגער, מענטשן זאגן אז עס נעמט זיי עטליכע טעג אדער וואכן ביז זיי שפירן זיך באקוועם מיט די גערוקטע זייגערס, און בפרט אנפאנג פון די זומער זייגער ווען מען פארלירט א שעה, זאגן מענטש אז מען שפירט זיך מיד עטליכע טעג. אין אן אנקעטע האבן בערך פערציג פראצענט אמעריקאנער געזאגט אז זיי וואלטן געוואלט האבן א גאנץ יאר די זומער זייגער, און בערך דרייסיג פראצענט נאר די ווינטער זייגער, און אונטער פינף און צוואנציג פראצענט ווילן ווייטער אנהאלטן דאס רוקן די זייגער.
ביי אונז אידן איז טון דעם רצון ה' דאס וויכטיגסטע דערפאר אויב זאל מען לאזן די זייגער אויף א גאנץ יאר וואלט עס געמאכט א גרויסע שוועריקייט פאר פילע אידן וואס דארף פארן צו די ארבעט און דארט זיין פרי אין טאג, וויבאלט לויט די זומער זייגער וואלט אויסגעקומען עטליכע וואכן וואס די נץ החמה וואלט געווען נאך אכט אזייגער אין פילע שטעט אין אמעריקע.
אין די וועלט איז דא א אויסדרוק "צייט איז געלט" (טיים איז מאני), אין די וועלט איז מען מחשיב די צייט ווייל "מ'קען אין די צייט פארדינען געלט", אבער ביי אידישע קינדער קען מען ענדערש זאגן "מאני איז טיים", די גאנצע חשיבות פון געלט איז אז מען האט אוועקגעגעבן דערויף טייערע צייט. וואס דאס איז די טייערסטע זאך וואס א מענטש פארמאגט. א מענטש באקומט פון באשעפער א באשטימטע סכום פון צייט וואס ער האט דא אויף דער וועלט, און עס איז נישטא קיין וועג וויאזוי מען קען קויפן נאך פון די טייערן מאטריאל וואס הייסט צייט, און דערפאר איז "שמירת הזמן" געווען די טייערסטע זאך ביי ערליכע אידן, און יעדע מינוט האט מען אויסגענוצט אדער האט מען גערעדט צום אויבערשטן, אדער האט מען גערעדט פון אויבערשטן, און דאס האט מען געטון בשעת מען האט געטון אלעס במשך דעם טאג האט מען מיטגענומען דעם אויבערשטן מיט זיך, וואס דאס איז די טיישט פונעם פסוק וואס זאגט אז "ואברהם זקן" אברהם אבינו איז שוין געווען אלט, "בא בימים" ער איז געקומען מיט זיינע טעג, יעדן טאג האט ער געלעבט מיטן אויבערשטן אויך ווען ער האט געגראבן קוועלער, אויפגענומען געסט, און אלעס וואס ער האט געטון האט ער געטון מיטן אויבערשטן.