זיך האלטן ווארעם פאר ביליג
יח חשון תשפ"ז 📝
שאלה:
די נייעס מעלדט אז עס קומט א פראסטיגע ווינטער, האב איך געוואלט פרעגן א שאלה פון גרשון קרעמער: וואס איז די בעסטע עצה זיך צו האלטן ווארעם? פאריאר האט מיך די הייצונג געקאסט זייער אסאך געלט. ביי אונז אין שטוב הייצט מען מיט פראפעין; אפשר וואלט געווען אן עצה צו ניצן האלץ, פונקט ווי אונזערע זיידעס און באבעס פלעגן טון? אדער זאל איך ענדערש אינסטאלירן א ספליט-יוניט, כאטש דאס נעמט דאך אסאך עלעקטריק?
א לייענער פון קרית יואל
ענטפער פון גרשון קרעמער:
טייערער לייענער, דו הויבסט אן מיט דעם אז עס קומט א "פראסטיגע ווינטער". נאר דער באשעפער אליין ווייסט וואס עס גייט טאקע זיין, אבער לויט די אמעריקאנער וועטער-אגענטור (NOAA), וועט דער ווינטער אין אונזער געגנט ווארשיינליך זיין ווארעמער ווי געווענליך, און אויף די מזרח זייט פון אמעריקע וועט זיין מער נאס ווי געווענליך. אבער דיין שאלה בלייבט נאך אלץ נוגע: עס קומען קאלטע טעג, און דו ווילסט וויסן וואס איז די בעסטע וועג זיך צו האלטן ווארעם.
דער אמת איז אז יעדע זאך האט זיך אירע מעלות און חסרונות. פראפעין איז באקוועם און ריין, אבער די פרייזן זענען נישט סטאביל; עס טאנצט כסדר ארויף און אראפ. אפשר לוינט זיך דיר צו באשטעלן ביי א פירמע וואס לאזט דיר "לאקן" די פרייז פון פאראויס פארן גאנצן ווינטער.
האלץ קען טאקע זיין ביליגער, אבער עס איז א שווערע עבודה. מען מוז יעדעס יאר איבערקוקן און רייניגן די קוימען, און האלץ גיבט ארויס היבש אסאך "קארבאן מאנאקסייד", וואס מען דארף זיין גאר פארזיכטיג דערמיט, ווייל דאס איז א גאז וואס האט נישט קיין גערוך און מען קען עס נישט זען, ה' ישמרינו.
ספליט יוניטס זענען טאקע א פיינע זאך ווען עס איז נישט צו קאלט אינדרויסן, אבער אין די גאר פראסטיגע טעג שלעפן זיי גאר אסאך עלעקטריק, וואס ביי אונז אין ניו יארק קאסט דאס זייער טייער.
אבער אז דו פרעגסט שוין יא וויאזוי זיך צו האלטן ווארעם דורכאויס דעם לאנגן קאלטן ווינטער, לאמיר דיר אויסזאגן א סוד: נישט פראפעין, נישט האלץ, און אפילו נישט קיין ספליט יוניט קענען באמת טון די דזשאב. די בעסטע עצה זיך צו דערווארימען אין די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט איז נאר דורך די הייליגע תורה! דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו פון דינסטאג פרשת בראשית: "עס קומט א לאנגע ווינטער, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיך מאכן א סדר היום ווען אויפצושטיין, וויפיל צייט צו זיין אין בית המדרש און וויפיל ביי די ארבעט; דו ווערסט דאך שוין עלטער, דו דארפסט שוין אנהייבן טראכטן מער פונעם תכלית."
יעדע סארט הייצונג האט דאך אירע חסרונות, אבער די הייליגע תורה האט נישט קיין שום חסרון. "הלא כה דברי כאש נאם ה'" (ירמיה כ"ג, כ"ט) – די תורה איז ווי א פייער וואס דערווארימט די ביינער, און ווי דער תנא דבי אליהו זאגט, אז דער וואס לערנט תורה דארף נישט קיין ספעציעלע קליידער זיך צו באשיצן, ווייל דער אויבערשטער אליין היט אים און ווארעמט אים אן.
נאך איין ווארט פאר מיר ענדיגן דעם ארטיקל: די בעסטע הייצונג פאר א שטוב זענען גוטע ווערטער! ווען דו וועסט רעדן שיין אינדערהיים, זאגן א גוט ווארט פאר דיין ווייב, געבן א שמייכל פאר די קינדער, און דערציילן א מעשה פון א צדיק ביים טיש, אוי וועט דארט ווערן ווארעם!
א ווארעמען ווינטער!
כי נר מצוה ותורה אור!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.