פאריגע וואך זענען זיך צוזאם געקומען פילע פארשטייער און עסקנים פון די פארשידענע קהילות הקדושות אין די קעטסקיל ראיאן ווי מען האט זיך דורכגעשמועסט פילע נושאים, די עסקנים האבן זיך אויסגעשמועסט צווישן זיך די תחומים וואו זיי האבן אישוס מיט די רעגירונג, און מטכס עצה געווען וויאזוי מען קען ארבעטן אינאיינעם און טרעפן לעזונגען, וואס איז אסאך מער עפעקטיוו ווען מען איז אויף איין פעידזש און מען ארבעט באחדות.
 
דער מיטינג איז אפגעהאלטן אין קרית ברסלב אין די הערליכע אפיסעס פון "פעסט בוילט" וואס געהער פאר מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, ווי עס האבן זיך אנגעזען פילע עסקנים פון די שטעט און שטעטלעך אין די אפסטעיט ניו יארק געגענטער, צווישן זיי היכל הקודש ברסלב, ישיבה סאוט פאלסבורג, וויזניץ גיבערס, הרב מתתי' רוטנער פון ליבערטי, הרב אברהם ראזענבערג פון פאלסבורג, און הרב יעקב מאנדלאוויטש פון מאנטיסעלא.
 
דער זיצונג איז געווען זייער פראדוקטיוו, ווען מען האט ארויפגעברעגנט פילע נושאים וואס מען דארף זיך דורכקומען מיט די לאקאלע מינוציפאליטעט אדער מיט די קאונטי רעגירונג א שטייגער ווי די סקול דיסקטריקטן וואס מען דארף טרעפן א מהלך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיי מען זאל חלילה נישט קענען ארויפצווינגען אויף ערליכע אידן די שרעקליכע גזירות וואס די סטעיט דראעט קעגן אונזער הייליגע חינוך היל"ת, אזוי אויך האט מען גערעדט פון טרעפיק, פארשידענע אויסבעסערונגען וואס איז אין די אינטערעסע פון היימישע אידן אויף די ראודס אינעם געגענט, צווישן אנדערע האט מען ארום גערעדט איבער די ארבעט פון די עסקנים וואס לייגן אריין כחות אז מען זאל קענען באקומען וואוטשערס פון טשיילד קעיר פאר קליינע קינדער וואס ביידע עלטערן ארבעטן.
 
די עסקנים לייגן אריין מחשבה אין וויאזוי מען זאל ארויסקומען ערקלערן דעם ציבור איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען, ווייל כאטש נישט אלע עסקנים מוזן זיין איינשטימיג פאר וועם מען זאל גיין שטימען, זענען זיי אלע ביי די מיינונג אז די שפראך פון שטימען איז וואס א פאליטישאן פארשטייט. מיר פארשטייען אידיש, אין כינע פארשטייט מען כינעזיש, אבער א פאליטישאן פארשטייט נאר איין שפראך, שטים שפראך. מען קען רעדן צו א פאליטישאן, אים מסביר זיין, ער וועט דיר אפילו צושאקלען מיט'ן קאפ און ארויסווייזן העפליכקייט און מיטלייד, אבער בדרך כלל איז עס אריין אין איין אויער און ארויס פון די אנדערע... אבער ווען ער זעט אז עס איז דא א ציבור וואס מאנט פון אים א דין וחשבון, עס איז דא א געגענט וואס שטימט, דארפסטו אים שוין מער גארנישט מסביר זיין, און ער ווייסט פונקטליך וואס זיינע קאנסטיטשוענטס דארפן.
 
ערליכע אידן זענען אינטערעסירט מען זאל זיי לאזן במנוחה וואוינען, און מען זאל נישט מאכן קיין געזעצן און רעגולאציעס וואס זאל שטערן פון דינען דעם אויבערשטן, פאר די אלגעמיינע ציבור אינטערעסירט גאנץ קנאפ ווער עס איז סופערווייזער, און ווער עס פירט די קאונטי, אבער דער ערליכער ציבור פאלגט די רבנים און ווען מען בעט מען זאל טון א חסד און ארויסקומען צו וואוטן, טוט מען עס.
 
מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט פון דעם מיטינג ארויסקומען אסאך כבוד שמים און גוטע פעולות וואס וועט העלפן דעם היימישן ציבור וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.