שטיינעדיגן בלויז א קארגע חודש ביז מען וועט בעזרת השם האבן די זכיה צו באטרעטן די ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן קומט אריין די נייעס אז מען האט שוין אנגעויבן פארקויפן זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז די פארלאנג צו דינגען א זיץ בית המדרש איז גאר גרויס, און איז אפן לכל הקהל הקודש, און עס קומען אריין אומצאליגע פארלאנגען פון אנשי שלומינו איבער די וועלט וואס זענען געקומען צו שפעט און האבן שוין נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו איינשטיין אינעם בנין, בעטן זיי אז ווילן כאטש קענען דאווענען מיטן ראש ישיבה שליט"א און דינגען א זיץ, דערפאר האט מען געבעטן צו מעלדן אז די אלע וואס האבן חזקות פון פאריאר האבן בלויז איין קארגע וואך ביז ראש חודש אב צו דינגען און באצאלן זייער זיץ, ווען די רעזערוואציעס פאר אלע אומבאצאלטע זיצן וועלן געעפענט ווערן פאר כל הקהל הקודש.
 
די וואס ווילן באצאלן זייער זיץ ווערן געבעטן צו רופן וואס שנעלער מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג הי"ו אויף 347-786-4760.
 
אין די זעלבע צייט בעט מען אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין מען זאל קענען קומען צום הייליגן רבין, און אז קיינער זאל נישט פארגעסן אז נישט געלט, און נישט עסקנים אדער פאליטישאנס קענען אונז העלפן, אלעס וואס פאסירט מיט אונז יעדע רגע איז פונעם אויבערשטן, אבער בפרט אויף זוכה צו זיין צו קומען צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, דאס קען מען נאר קויפן מיט תפילות.
 
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה