טראץ אלע סארט נייעסן וואס מען הערט כסדר אהער און אהין, וועט מען יא קענען פארן אויף אומאן דאס יאר אדער חס ושלום נישט, זענען ברסלב'ע חסידים זיך קיינמאל נישט מייאש, מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר זאלן זוכה זיין אויך דאס יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי ער האט געבעטן און פארלאנגט פון אונז, און מיט תפלה וועלן מיר זיכער פועל'ן צו פארן בשלום און צוריק קומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות.
 
אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן צו פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין.
 
מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן.
 
וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון!