די הנהלת המוסדות האט פראקלאמירט א פרישע פראגראם, אז מען קען קויפן א זכות "בן גמלא", דאס הייסט אז מען קויפט אפ א וואך פון א חדר אין תלמוד תורה, און די זכות פון די תפילות און די תורה וואס די הייליגע קינדערלעך לערנען און דאווענען וועט גיין אויפן חשבון פונעם נדבן.
אזוי אויך וועלן די קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן מתפלל זיין צום באשעפער אויף זייער פשוטע שפראך פאר די הצלחה אדער ישועה פונעם נדבן. די תפילות פון די קינדער וואס קומט ארויס פון זייער ריינע הארץ איז בוקע רקיעים, און וועט זיכער עושה רושם זיין ביים באשעפער.
א הערליכע שטר שותפות "בן גמלא" וועט בעז"ה אונטערגעשריבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א, און וועט געגעבן ווערן פארן נדבן למשמרת.
צו קויפן א "בן גמלא", רופט 347-889-9892
דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט אינגעלייט אין קרית ברסלב ליבערטי
דער ראש ישיבה שרייבט אונטער "בן גמלא" שטרות מיט עטליכע אינגעלייט
דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט מו"ה יודל ליכטענשטיין הי"ו