זמנים און לאקאציע פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין אומאן
ב אלול תשע"ח 📝
ווי די ליינער פונעם וועבסייט האבן אוודאי כסדר מיטגעהאלטן ווי עס ווערט געלייגט א ציגל אויף א ציגל, און עס ווערט געבויעט א שטאק נאך א שטאק, האט איר זיכער אויך געזען ווי מען ארבעט יעצט גאר שווער אז אלעס אינעם בנין זאל זיין פארטיג אין צייט, אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם.
און ב"ה אז נאך די אלע אינוועסטירונגען פון געלט, צייט, קאפ און מח, זען מען שוין ווי דער בנין שטייט שוין אין די פינף שטאק הויך, און ווי מען זעט ב"ה איז דער בנין א שטארקער און באקוועמער בנין, מיט א גרויסער ריינער מקוה, מיט גענוג שויערס, א לעכטיגער ריזיגער הויכער בית המדרש, און ריינע געשמאקע באקוועמע שלאף צימער, א.א.וו.
אין די קומענדיגע קארגע 3 וואכן וועט מען בעז"ה מיטהאלטן ווי די אלע שטאקן ווערן בעז"ה אינגאנצן פארטיג כלול בהדרו וביופיו, מיט אלע צוגעהערן און פוירניטשער, געפעינט, געלייגט די הערליכע טיילס.
דער הערליכער בנין געפונט זיך אין א באשיידענע ווינקל פון אומאן, אינגאנצן אפגעשיידט פון די רוישיגע גאסן, אויף נומער 28 פון די בילאָצערקאָווסקע גאס (אין אוקרייניש זאגט מען עס "וואָליצאַ בילאָצערקאָווסקע", געשריבן אויף אוקרייניש:Вулиця Білоцерківська).
פאלגענד זענען די זמנים פארן קומענדיגן ראש השנה.
שבת פרשת נצבים:
זמן הדלקת הנרות 7:09, מנחה ערב שב"קבזמן הדלקת הנרות, באטע ליל שב"ק 10:00, שחרית 9:00, מנחה שב"ק 7:00, שלש סעודות 7:30, זמן מוצאי שב"ק 8:40
ערב ראש השנה:
סליחות ליל זכור ברית 1:00, פדיון נפש אחר סליחות, שחרית ערב ראש השנה 8:00, פדיון נפש אחר שחרית
ראש השנה:
זמן הדלקת הנרות 7:05, מנחה ערב ר"ה בזמן הדלקת הנרות, שחרית ב' ימי ר"ה 8:00, מנחה ב' ימי ר"ה 6:45, דרשה 7:30, זמן מוצאי יו"ט 8:33.
איש בל יעדר!
לינק