זמנים פון בתי מדרשים היכל הקודש אויף יום טוב פסח
 
אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום יום טוב פון אמונה, מען גרייט זיך צו מקיים זיין די פילע מצוות פון יום טוב פסח, אכילת מצה, ד' כוסות, מרור, און אזוי ווייטער. אלץ א הכנה צום הייליגן יום טוב, זעט מען אן אומגלויבליכע בילד פון צדקה וחסד, ווי אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס איינע דעם צווייטן, עס גייען אן פילע צדקה און קמחא דפסחא קאמפיינס, ווי דער ציבור רופט זיך אן גאר ווארעם, און עס ווערן פארטיילט טויזנטער פונט פון מאכלי יום טוב, מצות, וויין, פיש, פלייש, גראסעריס פאר די וואס דארפן.
 
יעצט ווען מען האלט שוין גאר נאנט צום יום טוב, ווערט געמאלדן דורך די געטרייע גבאים פון די שולן די זמנים פון די תפלות פון יום טוב פסח.
 
ביהמ"ד היכל הקודש ליבערטי 
 
דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך בעז"ה געפונען אין שטעטל במשך די פסח טעג.
 
שחרית אלע טעג יום טוב 10:30
 
מנחה די ערשטע טעג 8:00
 
די צווייטע טאג יום טוב וועט דער ראש ישיבה דאווענען אין ביהמ"ד אשר בנחל, און די צווייטע טאג ביי מנחה וועט דער ראש ישיבה דאווענען אין ביהמ"ד עצתו אמונה, און וועט געבן א שיעור צווישן מנחה און מעריב
 
חול המועד שחרית 9:00, דער ראש ישיבה וועט אי"ה דאווענען שחרית אום 11:00
 
שיעור גמרא 10:00 דורכן ראש ישיבה שליט"א
 
מנחה מעריב 8:15, נאך מנחה וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור.
 
שביעי של פסח שירת הים אין ביהמ"ד אשר בנחל אום 11:30
 
מנחה ביידע טעג 7:45
 
נעילת החג סעודת משיח אום 8:00



ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל


שחרית ערב פסח 8:30 
 
נאך שחרית א גרויסע מעמד פון סיומים פון עטליכע מסכתות דורך עטליכע בחורים און אינגעלייט, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטלעט א ברייטע חמצ'דיגע פרישטאג אין פאליש.
 
שחרית אלע טעג יום טוב 10:30
 
מנחה די ערשטע טעג 8:00
 
חול המועד וועט מען בעז"ה דאווענען אלע תפלות אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס
 
שביעי של פסח שירת הים 11:30
 
מנחה ביידע טעג 7:45
 
נעילת החג וסעודת משיח 8:00



ביהמ"ד היכל הקודש העיס קרית יואל
 
שחרית אלע טעג יום טוב 10:30
 
מנחה די ערשטע טעג 8:00
 
חול המעוד שחרית 10:00
 
חול המעוד מנחה מעריב 8:30
 
שביעי של פסח שירת הים 11:30
 
מנחה שבעי של פסח נאכמיטאג 8:15
 
מנחה אחרון של פסח 7:15 און דערנאך של"ס נעילת החג וסעודת משיח




ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג
 
שחרית די ערשטע טעג יום טוב 10:30
 
מנחה די ערשטע טעג 8:00
 
חול המעוד שחרית 9:00
 
חול המעוד מנחה מעריב 8:15
 
מנחה ערב שביעי של פסח 8:00
 
שביעי של פסח שירת הים 11:30
 
שחרית צווייטע טעג יום טוב 10:00
 
מנחה אחרון של פסח 8:00
 
מ'קען ברענגען מצה און שיריים פון יום טוב לכבוד די סעודת נעילת החג און סעודת משיח



גבאים פון בתי מדרשים היכל הקודש וואס ווילן צולייגן די זמנים פון זייערע שולן זאלן ביטע רופן/טעקסטן ווי שנעלער 845-640-1743 צו מעלדן די סקעדזשולס. ישר כח