די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה.
 
דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש:
אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר אום 7:00, קריאת המגילה אום 8:10. שחרית 9:00, און וועט זיין בעז"ה 10:00 קריאת המגילה.
 
פורים נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צו משתה היין, ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת.
 
אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש 8 פרעמישלאן: מנחה אום 7:20, מגילה ביינאכט אום 8:10, שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00.
 
אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 העיס: 7:15 מחצית השקל, 7:30 מנחה, 8:00 מעריב, און דערנאך קריאת המגילה. צופרי 9:30 שחרית, 10:30 קריאת המגילה.
 
אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו: שיעור גמרא 7:15, מחצית השקל און מנחה 7:30, קריאת המגילה 8:15. שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00.
 
אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען פורים נאכמטיג אום 7:00 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א 17 חברון דר. #101 . ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם און דאנקען דעם אייבערשטן.
 
מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען אינאיינעם א סעדות שושן פורים אין ביהמ"ד הכיל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות.
 
אין א בריוו פון ראש ישיבה פארגאנגענעם עש"ק שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג:
 
"איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ – איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק."
 
"מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט – דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן."
 
"פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'."
 
"פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן – העלפט מען אים."
 
"פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק."
 
"פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט – קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)."
 
והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור