זעלטענע געלגענהייט צו געבן צו עסן און טרונקען פאר אידן לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע פון קערעסטיר
ג אייר תשפ"ב 📝
שטייענדיג אינעם טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגן צדיק וקדוש רבי ישעיה'לע קערעסטירער זי"ע וואס האט זיך כל ימיו אויסגעצייכענט מיט די מדה פון הכנסת אורחים זיכער מאכענדיג אז אידישע קינדער האבן צו עסן, ווילן אידישע קינדער אויך היינט נאכגיין אין זיינע הייליגע וועגן, און זוכן וויאזוי מען קען געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, בפרט פאר נויטבאדערפטיגע.
צוליב דעם איז דער בית התבשיל פון היכל הקודש, ארויסגעקומען מיט א רוף צו אנשי שלומינו, אזוי ווי עס האט זיך נארוואס געשאפן עטליכע גאר גוטע געלעגענהייטן צוצושטעלן פאר אידן צו עסן און טרונקען.
אזוי ווי דער שטעטל איז זיך צואוואקסן אויף גאר ברייטע שטרעקעס, און אנשי שלומינו סיי וועלכע וואוינען אין שטעטל און אזוי אויך די פילע באזוכער וואס קומען כסדר ארויס, קומט אויס אז במשך די שבתים קומט אויס צו גיין צופיס פיל מאל פאר גאר ווייטע וועגן, אפילו מער פון א האלבע שעה, דערפאר פלאנט דער בית התבשיל מיטן אייבערשטנ'ס הילף אזוי ווי די לעצטע יארן צו צושטעלן במשך די גאנצן זומער עטליכע "טרונק וואסער סטאנציעס", וואס וועט בז"ה אלץ זיין אנגעפילט מיט פרישע קאלטע וואסער, און פלעסטיק קאפס, להחיות בהם נפש כל חי. היי יאר ווערט בעז"ה צוגעלייגט נאך לאקאציעס, און אויך וועט ווערן צוגעלייגט דערצו א "טענט" מיט א בענקל, ווי מען וועט זיך קענען אראפזעצן אונטער א שאטן און מאכן א ברכה, און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלאז קאלטע דערפרישענדע וואסער.
אזוי אויך ביז יעצט ווען מען האט אפגענומען אויף די פילע זאפאסן עסן פארן געברויך פון די חלוקות וואס קומען פאר כסדר, האט מען דערווייל נישט וואו עס צו האלטן די באקסעס ביזן צייט פון די חלוקות, און דאס עסן ליגט אויפן גאס אויסגעשטעלט צו די היץ פון די זון, און צום נאסקייט פון די רעגן.
יעצט פלאנט מען בעז"ה איינצוקויפן א גרויסער דויערהאפטיגער שאטער, וואו דאס עסן וואס קומט אן וועט אריינגיין און ווערן געהאלטן, ביז מען מאכט דעם קומענדיגן חלוקה.
דער זכות פון די טרונק וואסער סטאנציעס וועט ווערן פארקויפט פאר $1,800, און מען וועט ארויפשרייבן דערויף מיט שיינע אותיות דער נאמען פונעם נדבן לזכרון.
דער טענט פאר די עסן פון די חלוקות ווערט פארקויפט פאר די סכום פון $10,000 וואס דער נדבן וועט קענען אויסקלויבן דעם נאמען וואס דער אהל וועט טראג, וואס וועט ווערן ארויפגעשריבן דערויף מיט גרויסע שיינע אותיות למשמרת.
אלע אנשי שלומינו, נוצן אויס דעם היינטיג טאג און שטיצן דעם בית התבשיל וועלכע טיילט אויס שווערע טוינזטער פונט פון עסן א יאר, אין פארשידענע פארמען, צו דירקעט צו די גראסעריס, אדער אלץ שבת ארדערס צוגעשיקט צום טיר, אזוי אויך די באקאנטע חלוקות כסדר, וואס דאס ציעט אריין אין צענדליגע טויזנטער דאלערס הוצאות במשך דעם יאר.
ווער עס וויל נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט לע"נ רבי ישעי'לע זי"ע קען דרוקן אויף דעם לינק. אין דעם זכות זאלט איר האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט נאר. צו קויפן איינס פון די גרעסערע זכותים ווי אויבנדערמאנט קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367.
שטיצט דעם בית התבשיל היכל הקודש
לשובע ולא לרזון