נעכטן אווענט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן ישראל סאמעט ני"ו עב"ג בת הרב דניאל בוים שליט"א. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען נישט זיך צו פרייען מיט'ן רייכן בענד, אדער מיט די טייערע סטעיק וכו' וכו' נאר זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה חתן וכלה, וואס האבן יעצט זוכה געווען אויפצושטעלן זייער נייער שטוב.
די חתונה - אזוי ווי די פריערדיגע 5 חתונות אין ישיבה - איז פארגעקומען אויף די פשוטסטער אופן וואס שייך אבער די שמחה וואס איז געווען ביי די חתונה האט מען פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט געקענט קויפן, בשעת עס האט אין מציאות נישט געקאסט קיין איין צענט פאר די מחותנים.
צוערשט איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים אין בית המדרש, ווי מען האט געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. די געהויבענע חופה איז פארגעקומען אין הויף פון בית המדרש, און בשעת די חופה האבן די בחורים אנגעגרייט די סעודת החתונה אין בית המדרש. נאך די חופה איז מען אריינגעקומען אין בית המדרש, ווי עס איז געווען אנגעגרייט בילקעלעך, פיש און דיפס, און אין די זייט איז געווען ווארימע עסן, וואס יעדער האט געקענט נעמען וויפיל ער האט געוואלט.
די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה.
ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען.
די ריכטיגע שמחה האט זיך אנגעהויבן ווען דער חתן איז אריינגעקומען, וינעו אמות הסיפים, די טענץ און די שמחה איז געווען נישט אראפ צו שרייבן, און ווען איינער האט געזוכט די "7 מען בענד" וואס האט געשפילט אזוי שיין האט ער עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, ווייל די גאנצע מוזיק איז געווען נישט מער פון א פשוטער טעיפ פון א רעקארדיטער טייערער חתונה, וואס יענע ארימע מחותנים בעלי חובות האבן נעבעך אריינגעלייגט עטליכע טויזנט דאלער פאר די מוזיק, אבער האט דא משמח געווען ביי די רייכע חתונה אן קיין פרוטה אחת.
די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט וואויל באקאנטער "יעמוד יעמוד" סיסטעם, וואס האט גענומען נישט מער פון א האלבע שעה, וואס די זיידעס, מחותנים, און חתן כלה האבן געטאנצט די ריקודין לפני הכלה.
דערנאך איז יעדער אהיים פרייליכערהייט, און די זעלבע צייט זענען זיך חתן כלה, און די מחותנים אויך יעדער אהיים צו זיך מיט פרייליכע געמיטער און א גרינגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געבארגט אדער געשנארט פאר די פרייליכע חתונה קיין איין דאלער, און מ'איז נישט געווארן קיין בעל חוב צוליב חתונה מאכן.
 
זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און כמותם ירבו בישראל, עס זאל צוריק קומען די ריכטיגע געשמאק ביי א אידישע שמחה, ווען מ'פרייט זיך אז מ'איז זוכה אז נאך א פארפאלק שטעלט אויף א ערליכע אידישע שטוב אזוי ווי דער אייבישטער וויל, און מ'זוכט נישט צו געפעלן פאר מענטשן נאר מ'טוט נאר וואס דער אייבישטער וויל, וואס דאס האט אלע חן אויף דער וועלט.