חבורת הלכות מקוואת פון כולל היכל הקודש, אינסרומענטאל אינעם בויען נייעם מקוה אין שטעטל
ו אב תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו
ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מייסד געווען דעם כולל האט ער עס אזוי אהערגעשטעלט אז זיי זאלן ארויסהעלפן מיט אלע עניני הלכה אין די קהילות היכל הקודש די בכל אתר ואתר. יעצט ווען מען האט זיך געגרייט צו בויען א פרישע מקוה ביים ביהמ"ד עצתו אמונה אין שטעטל, האט דער ראש ישיבה באאויפטראגט די תלמידי חכמים פונעם כולל אז זיי זאלן גרונטליך דורכלערנען הלכות מקוואת און דורכטון דעם גאנצן שווערן נושא, אנגעהויבן פון די ראשונים ביז הלכה למעשה.
פארגאנגענעם דינסטאג האט דער ראש ישיבה אראפגערופן דעם גרויסן מומחה בה"א הידועה הגאון ר' איטשע טריגער שליט"א וואס איז פון די גרעסטע מומחים אין די נושא פון מקוואות אין די גאנצע וועלט, אז ער זאל באגלייטן דאס בויען.
דער מקוה צייכענט זיך אויס מיט דעם אז קיין שום גוי האט נישט צוגערירט דאס בויען, נאר אלעס איז געטון געווארן בלויז דורך אידן יראי השם, תלמידי היכל הקודש, אנגעהויבן פון דאס גראבן ביז נאכן גיסן דעם צעמענט.
די רבנים וואס זענען אנוועזענד געווען, זענען שטארק איבערגענומען געווארן פון בקיאות פון די אינגעלייט אין הלכות מקוואות, די רבנים האבן דורכגעטון מיט די אינגעלייט די שיטות און הלכות פון די שווערע פארצווייגטע הלכות, און האבן געהאט א תענוג רוחני צו רעדן מיט זיי אין לערנען.
אויך האט זיך אנגעזען אויף די אינגעלייט די דרשות וואס זיי הערן כסדר פון ראש ישיבה שליט"א, ווי זיי זוכן ווי מען קען ברענען צו דבר מצוה, און אנשטאט צען-פופצן גויים זאלן דאס טון, זענען חסידישע אינגעלייט תורתם אומנתם, יראת ה' חופפת על פניהם, וואס אלעס האבן זיי געטון.
די רבנים האבן נישט געקענט אויפהערן באוואונדערן די תמימות און זריזות פון די אינגעלייט צוזעענדיג ווי זיי כאפן זיך צו צו די גרויסע מצוה מיט א שמחה של מצוה, און בפרט ווען עס איז באוויסט די גרויסע סגולה פון בויען מקוואות צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, און די אינגעלייט וואס זיצן באהלה של תורה א גאנץ יאר, האבן געטון מיט די גרעסטע זריזות די עבודת הפרך פון גראבן און בויען און גיסן סעמענט.
דער רב הרב טריגער שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז "איך האב קיינמאל נישט געזען אזא זאך אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג זאלן מיט אזא פלאם און ברען צוהעלפן צו בויען א מקוה, און מיט אזא זריזות, אז מען האט עס געענדיגט אסאך שנעלער ווי געראכטן".
פקודי השם ישרים משמחי לב
📸 מען גיסט די מקוה