חברי הנהלת קרית ברסלב שתדל'ען אין אלבאני
כג שבט תשפ"ג 📝
פילע עסקנים פון אראנזש, ראקלענד, און סאליווען קאונטיס זענען געפארן פארגאנגענעם דינסטאג יתרו צום עיר הבירה פון ניו יארק סטעיט אלבאני, זיך צו טרעפן מיט א רייע איינפלוסרייכע ערוועלטע באאמטע אין די ניו יארקער אסעמבלי און אין די סטעיט סענאט.
אין אלבאני איז יעדער עסקן פון זיין שטאט געגאנגען צו אנדערע אסעמבלי לייט, צו שתדל'ן פאר די אידישע געברויכן, וואס איז יעצט עומדים על הפרק אין די געגענט פלאץ וואו מען וואוינט.
צוויי חשוב'ע חברי ההנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו און מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זענען אויך ארויסגעפארן קיין אלבאני, און געהאט זיצונגען מיט צוויי סטעיט סענאטארן פון אונזער געגענט און דריי אסעמבלי לייט, ווי מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע נושאים בנוגע די מוסדות און נאך פילע אנדערע ענינים וואס ליגט יעצט אויפן טיש.
שפעטער זענען זיך אלע עסקנים אינאיינעם צאמגעקומען פאר א קאנפערענץ, ווען מען האט דורכגערעדט אסאך זאכן וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם, צום ביישפיל די נושא פון "גזירת החינוך", וואס פלאגט יעדן איינעם, אזוי אויך האט מען גערעדט וועגן די "לאנטש פראגראם", די "באקסעס פון עסן" וואס פלעגט זיין אין קאראנע צייטן, די "סעקיוריטי גרענט פאר מוסדות התורה", די נושא פון "טרענספאטעישן צו די מסודות", וואס שטויסט זיך אסאך מאל אן מיט דיסטריקטס וואס ווילן נישט געהעריג צושטעלן באסעס פאר די אידישע מוסדות אין צייט וואס די גוי'אישע מוסדות זענען פארמאכט, און נאך
אסאך וויכטיגע ענינים מיט וואס מען קען העלפן די מוסדות התורה.
אויך האט מען דיסקוסירט די נושא וואס די ניו יארק טיימס באשמוצט לעצטענס זייער אסאך די ערליכע אידן. מו"ה שמחה אייכנשטיין הי"ו דער אסעמבלימאן פון די 84'סטע דיסקריט האט גערעדט אפאר ווערטער, ער האט זיך באדאנקט פאר יעדן וואס איז געקומען צו פארן פאר דעם איינציגן ציל צו העלפן אידישע קינדער, און ספעציעל האט ער ארויסברענגט לשבח די פרישע ברסלב'ע קהילה אין קרית ברסלב ליבערטי, מיט זייערע חשובע עסקנים -, וואס איז זיי געלונגען בסייעתא דשמיא צו איבערדרייען איינע פון די ערוועלטע באאמטע וואס פלעגט קוקט מיט א קרום אויג אויף ערליכע אידן, און
כסדר געזוכט אינטערצושטעלן פיסלעך, און די חשובע ברסלב'ע אינגעלייט האבן מיט'ן אייבערשטן'ס הילף איבערגעדרייט זיי בליק, און לעצטענס זעט מען ווי ער איז העלפט און פארשטייט די געברויכן פון די ערליכע אידן.
ערליכע אידן ווייסן אז באמת פירן די אלע פאליטישנס נישט די שטאט, נישט דאס לאנד, און זיכער נישט די וועלט. דער עיקר פון אלעם איז תפילה, אן דעם גייט גארנישט, נאר דער אייבערשטער קען העלפן אידישע קינדער דא אין גלות ווי מיר זענען, מיר דארפן איין זאך: בעטן דעם אייבערשטן אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונזער חינוך, אונז לאזן לעבן מיטן אויסגעטרעטענעם ערליכן אמונה'דיגע וועג וואס מיר האבן שוין מקובל דורי דורות.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה