די יעצטיגע זומער וועטערס ברענגט מיט זיך פילע געשמאקע זאכן, די קינדער שפילן זיך און פארברענגען שעות אין גאס, זיי גייען שווימען, משפחות קענען געשמאק פארברענגען אין די קאנטרי אינאיינעם, און אפילו די ערוואקסעסע נוצן אויס די זומער טעג אין די קעטסקילס מיט'ן שפאצירן צווישן די גראז און ביימער און זיך אויסרעדן צום אויבערשן, אים דאנקען און בעטן אויף אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.
 
פון די אנדערע זייט הויערט אבער אויך געפארן פון די זומער טעג, מען דארף מתפלל זיין יעדן טאג ווען מען גייט ארויס פון שטוב, זיך אפשטעלן ביי די מזוזה און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל גיין בשלום און אהיים קומען בשלום, מען זאל נישט דרייוון ווילד צווישן די געדרייטע וועגן אויף די בערג, די סווימינג פולס זאל בלייבן גענצליך פארמאכט, א קינד זאל חלילה נישט אריינבלאנדשען דארט. אזוי אויך ברוחניות בעטן אלע דעם אויבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, די אויגן און דער מח זאל בלייבן ריין תמימות'דיג און הייליג.
 
בפרט דארף מען לייגן אויפמערקזאמקייט אויף די קארס, ווען מען לייגט אריין א קינד אין קאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן מען זאל נישט חלילה פארגעסן פון איינע פון אונזערע טייערסטע פארמעגנס וואס מיר פארמאגן, געלט קומט און גייט, א טעלעפאן קען מען קויפן א נייע. אבער אויב חלילה מען פארלירט א קינד פון נאכלעסיגקייט, אויף אזא זאך איז מענטש נישט מסוגל זיך מוחל צו זיין.
 
וואס מענטשן ווייסן אפשר נישט איז אז דער טעמפעראטור אין אן אויסגעלאשענע קאר ווען די זון שיינט איז געווענליך בערך פופציג דיגרי הייסער ווי אין גאס, דאס מיינט אז אין די יעצטיגע הייסע טעג ווען עס איז בערך 90 דיגרי אין גאס, וועט אין די קאר זיין ארום 140 דיגרי, אזאך וואס קען חלילה אומברענגען א מענטש אין א גאר קורצע צייט. און ווער רעדט נאך פון א קינד.
 
עס זענען דא עטליכע עצות וואס די עקספערטן זאגן קען העלפן דערויף.
1. מאכט א געוואוינהייט צו כאפן א בליק אין די בעק יעדעס מאל איידער מען גייט ארויס פון קאר.
2. לייגט א זאך וואס איר נוצט כסדר, צום ביישפיל אייערע ספרים, די טאשקע, בערזל, טעלעפאן וכדומה נעבן דעם קינד.
 
עס איז קריטיש וויכטיג אז אפילו מען גייט ארויס פון קאר אפילו נאר פאר "איין מינוט" צו נעמען עפעס וכדומה, זאל מען אייביג מיטנעמען די קינדער מיט זיך. רוב מאל וואס מענטשן האבן פארגעסן קינדער זענען פשוט געווארן דיסטרעקטעד פון עפעס דארט ווי זיי זענען געגאנגען און אנשטאט איין מינוט האט זיך עס נישט גוט געענדיגט.
 
ועל כולם דארף מען מתפלל זיין אז דער זומער זאל אויסגענוצט ווערן דורך אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה יראת שמים און מידות טובות, און מען זאל נישט הערן פון קיין שום אומגליקן.
 
ונשמרתם מאוד לנפשותיכם