חברים פון ראקלענד ראטעוועט אידישע פרוי פון אריינפאלן צו שווינדלער
ב אלול תשפ"ד 📝
א היימישע פרוי אין מאנסי האט פאריגע וואך באקומען א רוף אויפן טעלעפאן, דער רופער האט זיך אנגעגעבן מיט אן אפיצילע שטימע אלס א "דעטקעטיוו" וואס רופט איר אויפצומערקן אז עס גייט פאר שווינדלערייען אין אין באנק קאנטע, און איר געווארענט אז אויב זי נעמט נישט זאפארט שריט, וועט איר די פאליציי ארעסטירן.
די פרוי - אריינפאלענדיג אין פאניק - האט געפאלגט אלעס וואס דער "דעטעקטיוו" האט איר געהייסן און צוגעפארן צום נאנטן באנק און ארויסגענומען פינף טויזענט דאלער קעש פון איר באנק קאנטע, דערנאך האט דער שווינדלער איר געהייסן צופארן צו א דערנעבנדיגן פארמאסי איינצוקויפן "גיפט קארטלעך", דער פארמאסיסט האט גלייך פארדעכטיגט אז עפעס איז נישט גלאטיג, און האט פארלאנגט אידענטיפיקאציע צו קענען קויפן אזא ריזן סכום גיפט קארטלעך. די פרוי האט גערופן איר מאן ער זאל איר ברענגען איר איידי פון הויז.
בשעת מעשה האט דער מאן פארלוירן קאנטאקט מיט זיין פרוי, און נאכדעם וואס זי האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן האט זי זיך געוואנדן צו די געטרייע "חברים" ארגאניזאציע, וועלכע האבן זיך זאפארט ארויסגעלאזט צו אלע געשעפטן אינעם געגענט וואס פארקויפן אזעלעכע קארטלעך, פרובירנדיג צו ראטווען אידיש געלט זאל נישט אריינפאלן צו די ראפינירטע שווינדלער.
עס האט נישט גענומען לאנג, און איינע פון די מעמבערס האבן געטראפן די באטראפענע פרוי אין איינע פון די שאפינג מאלס אינעם געגענט, אבער די פרוי האט שוין דאן געהאלטן נאכן איבערגעבן די נומערן פון עטליכע קארטלעך אין די ווערט פון צוויי טויזענט דאלער, און דער וואלונטיר האט תיכף אינטעווענירט און איר אפגעהאלטן פון ווייטער געבן דאס געלט, און דערמיט געראטעוועט די איבעריגע שווער אפגעשפארטע אידיש געלט פון פארפאלן ווערן.
אויב איינער באגעגענט זיך מיט א שווינדלער א סקעמער וואס לייקענט די אמונה, ער האט "קשיות", ער וויל פארשטיין פארוואס, און פארווען, דארף מען זיך תיכף אפשטעלן, און נישט ציען ווייטער דער שמועס. מען זאל נאר זען צו שמועסן מיט מענטשן וואס גלייבן אין אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, ווייל אפילו נאר צו הערן כפירה שאדט פארן מענטש.
די זעלבע זאך איז בגשמיות, ווען מען געבט איבער די נומערן פון א גיפט קארטל פאר א צווייטן איז עס כמעט אוממעגליך נאכצוגיין ווער עס האט אפגענומען דאס געלט, און ווען סיי ווער פארלאנגט געלט "זאפארט אז נישט וועט מען ארעסטירן", אדער בעט "גיפט קארטלעך" איז עס א קלארע סימן פון שווינדלער און גנבים, און מען דארף זיין געווארענט תיכף אראפ צו האקן דעם טעלעפאן מיט אזעלעכע פארשוינען, און אפילו נישט אריינגיין אין א דין ודברים מיט זיי, ווייל זיי קענען נאך איבערקלוגן. אפילו גאר געלונגענע און פארזיכטיגע מענטשן זענען שוין אריינגעפאלן מיט זיי.