חובות פון די רעגירונג
כט שבט תשפ"ו 📝
שאלה:
איך בין א 16 יעריגער בחור. מיר האבן זיך לעצטנס אריבערגעצויגן פון לאנדאן צו די "גאלדענע אמעריקע". איך האב דא אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האב זייער הנאה דערפון.
אבער פון דער אנדערער זייט, הער איך לעצטנס אז אמעריקע איז גארנישט אזוי גאלדן ווי איך האב געמיינט. איך הער אז די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג טריליאנען דאלארן. איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל, אבער ס'איז פיל מער וויפיל די גאווערמענט וועט נאר אמאל קענען באצאלן... וואס מיינט דאס? ווען וועלן זיי דאס אמאל קענען אויסצאלן? איך וואוין אין א לאנד וואס איז אזויפיל שולדיג; איז דא בכלל עפעס א פלאן? וועלן מיר אמאל ארויסגיין פון די אלע שווערע חובות איידער די עקאנאמיע גייט קראכן? איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פאר דאגה, ביטע ענטפערט מיר.
תשובה:
דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט שלאפלאזע נעכט, בין איך גראדע נישט באזארגט. אז דו הערסט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, וועסטו שוין גאנץ שנעל זען אז ס'איז גארנישט דא וואס צו מורא האבן. אויך האב איך פאר דיר גוטע נייעס: נישט איך און נישט דו וואוינען אין אמעריקע. וואו יא? דו וואוינסט ביי דיר אינדערהיים. אויב דו וועסט נישט אויסהערן קיין העדליינס און נישט ליינען קיין צייטונגען, וועסטו מער נישט זיין באזארגט איבער אמעריקע.
אבער דאס וואס דו פרעגסט וועגן חובות, דאס איז טאקע א שטארקע דאגה. אדרבה, העלף מיר ארויס, ווייל איך אליין האב אויך ריזיגע חובות, און איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע וויאזוי איך זאל דאס אמאל קענען באצאלן אין מיין לעבן.
איך האב אויגן, ב"ה איך קען זען. איך האב הענט, איך קען טאפן און שפירן. איך האב פיס, איך קען גיין. דו ווייסט בכלל וויפיל מיר זענען שולדיג פארן אויבערשטן? וויפיל געלט וואלט א בלינדער מענטש באצאלט פאר א דאקטאר וואס וואלט אים געקענט צוריקגעבן זיין ראיה? מיר האבן אזויפיל גוטס פונעם אויבערשטן; מיר זענען אזויפיל שולדיג. מיר האבן ריזיגע חובות. דאס זענען חובות וואס מיר קענען קיינמאל נישט באצאלן.
לגבי די רעגירונג'ס חובות: ביי די רעגירונגען איז דא א באשטימטע צייט ווען יעדער חוב מוז באצאלט ווערן. אויב א רעגירונג האט נישט גענוג געלט, בארגט זי דאן פון פריש צו באצאלן די אלטע חובות. דאס איז א סיסטעם וואס אלע גרויסע לענדער ניצן. איז דאס דען נארמאל? ניין, ס'איז בכלל נישט געזונט צו לעבן אויף חובות. אבער, דער באשעפער פירט די וועלט. אויב דו דאוונסט און יעדן טאג באצאלסטו אפ א קליינע טראפ פון דיינע חובות צום באשעפער דורך רעדן צו אים און אים דאנקען, וועט דער אויבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה, און דו וועסט קיינעם גארנישט שולדיג זיין.
שכן חובת כל היצורים לפניך ה' אלקינו להודות ולהלל