חודש אייר פרויען צוזאמקום אי"ה היינט נאכט אין וויליאמסבורג
ב אייר תשע"ט 📝
היינט נאכט, דינסטאג קדושים אום 9:00 אוונעט וועט אי"ה פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום אין בנין הישיבה אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה, חיזוק און עצות, וויאזוי צו קענען לעבן טאג טעגליך מיטן אייבערשטן.
אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך.
צו הערן ווען און וואו עס וועט פארקומען אין די אנדערע געגענטער, וועט מען בעז"ה קענען הערן אויף די פרויען האטליין 212-444-9169.