מיט גרויס פרייד גרייטן זיך די פרויען אנשי שלומינו צום ערשן צוזאמקום פונעם נייעם יאר תש"פ.
 
ביים צוזאמקום וועט מען זיך בעז"ה מחזק זיין איינע די אנדערע מיט עצות און חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און קענען ווייטער ציען שיינע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט איבער אויף אידישע קינדער.
 
אזויך אויך מען וועט בעזר ה' האבן די זכי' צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים.
 
   פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער:
       וויליאמסבורג - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.
       קרית יואל - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד.
       מאנסי - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 845-200-8998
       דזשערסי סיטי - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט,151 פולטאן עוועניו.
       ירושלים - מיטוואך נח, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645
       צפת - מיטוואך נח, 8:15 ביינאכט, אולם פאר הנצח, מאור חיים 7, פרטים 0504138219
 
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק